ביטע אריינשטעלן ווי סבלאנגט
בלתי מוגה, פנימי וכו'
הנרות הללו די דאזיגע ליכט
זיי שטייען אין שפיץ פון די שבע ברכות נעכט
אין די קייטן די גאלדענע די פרישסטע רינגעלע
די טייערע חתן כלה
ווען זיי לייגן צוזאמען די שיינע יסודות
על נפלאותיך ועל ניסיך להלל להודות
יעדער קען שוין זייער שבחים צולייגן דארף מען שוין נישט
הנרות הללו קודש
ברענטס לעכטעלך ברענטס
ברענטס וואו שטארק עטץ קענטס
א פייער פון תורה
וואו די שכינה איז שורה
צינדס אן אין ענקער מנורה
ברענטס לעכטעלך ברענטס
ווייזט וואס עטס קענטס
א שטוב שיין און וואויל
א ריינע קריגל אויל
בחותמו של כהן גדול
צו וואונטשן איך נעם די רשות הדיבור
פון טיפן הארץ בשם די גאנצע ציבור
ובאו כל הברכות האלו והשיגוך
בני ברוכי חיי ארוכי ומזוני רוויחי
זוכה זיין צו שיינע ליכטיגע דורות
הערליכע נחת טובים מאורות
אין די דרכים פון די זיידעס די אלע צדיקים
פירותיך מתוקים
ברענטס לעכטעלך און פלאקערטס
אויף לאנגע יארן געזונטע און שטארקע
פרנסה והצלחה
אין ענקער משפחה
אין די פח שמן זאל אריין די ברכה
מיינע ווערטער איך בין מסיים
הננו מוכן ומזומן לקיים
לחיים לחיים
פארן שטוב דעם נייעם
הנרות הללו קודש הם
גראמען פאר א ש"ב ערב חנוכה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9971
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: גראמען פאר א ש"ב ערב חנוכה
זייער שיין.
איז די ווערטער אויף א ניגון?
איז די ווערטער אויף א ניגון?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: גראמען פאר א ש"ב ערב חנוכה
אלטער האט געשריבן:זייער שיין.
איז די ווערטער אויף א ניגון?
קוקט אויס דו קענסט נישט דעם ניגון.
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9971
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: גראמען פאר א ש"ב ערב חנוכה
כ'קען עס טאקע נישט.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17019
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am