די דירות צושטאנד אויפן היימישען מארקעט אין לאנדאן הבירה

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

די דירות צושטאנד אויפן היימישען מארקעט אין לאנדאן הבירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

די רענט פרייזען שיסען ארויף. מען דארף שוין אונריפן בא א שידוך,אין עס איז גארנישט דא. און צו קויפן עפעס קאסט היינט ארים 1.3-1.4 מיליאן. דאס הייסט נארמאל ????
די עולם וויל נישט ארויס פון געגענט. און עסקנים איז אויך נישט דא.
ואין פוצה פה ומצפצף.....
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פארוואס שפרייט מען זיך נישט אויס צו די גאסן ארום?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

פארוואס מען שפרייט נישט ??? וועגן די עולם וויל נישט זאן צו ווייט פון גרודזינסקי..!!

די אמת איז אז אין אמעריקע איז אויך געווען אזוי ביז די עולם האט זיך פארשפרייט...
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

לאנדאן פון 20 יאר צירוק איז א געניץ קעגן די היימישע געגנט היינט, סאו יא מען רוקט זיך ארויס שיין, עס נעמט צייט און וועט זיך ווייטער פארשפרייטן.

פרייזן פון דירות זענען טייער איבעראל און לאנדאן איז נישט אפגעשוינט, בעיקר ווייל נישט אידן זענען אויך גרייט צי צאלן דארט און געגענט די פולע פרייז ווייל עס נאנט צי די סיטי.
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

איז פארוואס גייט עס נישט אין קנווי אין וועסטקליף.... אזוי שטייטליך ??
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19932
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מי חכם האט געשריבן:
פארוואס שפרייט מען זיך נישט אויס צו די גאסן ארום?
למשל:
מען שפרייט זיך ''נישט'' אויס צו די גאסן ''נאך Schonfeld Square'',
ווייל גויים זענען אויך גרייט צי צאלן דארט אין געגענט די פולע פרייז, ווייל עס נאנט צי די סיטי, וכדו'.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

די געשאפענע אישו איז צוליב וואס ס'איז דא זייער ווייניג גרויסע הייזער עוועילעבל, דעריבער קענען נישט די דרייסיג יעריגע זיך צו ארויסציען פון די קליינע לעכער קומט אויס אז די יונגע פארפעלקער קענען נישט ריסייקלען די דירות.

ווען עס קומט צו די צוואנציג יעריגע איז עס באמת א פראבלעם ווייל מ'קען נישט זאגן פאר א פארפאלק וואוין א שעה אוועק פון דיינע עלטערן אין צייט וואס זיי גייען אהין יעדע שני וחמישי ווידעראום ווען עס קומט צו דרייסיג יעריגע איז נישטא קיין עכטע סיבה פארוואס נישט זיך צו ארויסציען אין די געגענטער ארום און ארום. ס'איז טאקע נישט דא קיין איבערפלוס פון גרויס דירות ס'איז אבער פארט דא מער ווי אינמיטן די היימישע געגענט.

לגבי אנדערע געגענטער קען מען נישט בלעימען קיין מענטשן וואס זוכן נישט צו אהינגיין, ס'איז טאקע דא פארשידענע אויסוועגן ווי קענווי וועסטקליף ס'איז אבער נאכנישט קיין אוועקגעשטעלטע שטעט.

איטס א פראבלעם. אפילו ווען מ'טרעפט שוין א פיר פינף בעדרום דירה אין די ארומיגע געגענטער רעדט מען דאך פון פרייזן וואס איז בכלל נישט עפארדעבל פאר מערסטנס אידן, לאנדאן נאך אלעמען איז א שטאט ווי א מערהייט זענען נידריגע פארדינער.

ס'איז ממש א ווייטאג צו זען ווי משפחות מיט זיבן קינדער און ארויף זיצן און צוויי דריי בעדרום דירות אן קיין געהעריגע אויסוועג, צו גיין צאלן 4 טויזנט פונט א חודש פאר א נארמאלע גרויסע דירה איז ביי זיי ע"מ שתעלי לרקיע.

מאנטשעסטער וואלט ווען יא געווען א עכטע אויסוועג פאר אידן וואס זוכן צו וואוינען אין א געזעצטע שטאט פאר א דריטל די פרייז, די באן אהין נעמט א נישטיגע צוויי דריי שעה.

דאס איז די מיינונג פון איין מאן.
אוועטאר
וועד הפועל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:06 pm
לאקאציע: עולם הביצים

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועד הפועל »

וואס איז יעצט געשעהן?
מען שרייט שוין דאס די לעצטע 10 יאר און אינצווישן האט זיך שוין געפענט קענווי און וועסטקליף, מען האט זיך שוין געצויגן ביי cost shop, עפעס נייע דירות פראיעקטן איז אויך צוגעקומען
איז וואס איז יעצט עקסטער געשעהן?
גראדע האב איך 2 קרובים וואס האבן חתונה אין די נאנטע תקופה און האבן גרינג געטראפן דירות ב"ה
וועד הפועל איז נאר מיין ניק, מיין עכטע נאמען איז וועד הפוילע
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

גם אתה יכול האט געשריבן:
לגבי אנדערע געגענטער קען מען נישט בלעימען קיין מענטשן וואס זוכן נישט צו אהינגיין, ס'איז טאקע דא פארשידענע אויסוועגן ווי קענווי וועסטקליף ס'איז אבער נאכנישט קיין אוועקגעשטעלטע שטעט.

די שאלה איז פארוואס וויל קיינער נישט גיין, אויב נאך 50 אדער 100 וועלן גיין וועט עס ווערן נארמאל.
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

בעלזא אייניקעל האט געשריבן:

מציאות אז מערסטנס אידן וואס וואוינען יעצט דארט זאגן אז זיי האבן דייקא געוואלט לעבן די רואיגע לעבנס שטייגער און געזוכט צו אוועקגיין פון שטאטישע פארקער אבער די וואס גלייכן יא די ישיבת הכרכים האבן נאכנישט קיין שום זאך אין די ארטיגע ישובים וואס זאל זיי צוצויען.
דארף מען טאקע שאפן נאך הונדערט נחשונים.

וועד הפועל האט געשריבן:
וואס איז יעצט געשעהן?
מען שרייט שוין דאס די לעצטע 10 יאר און אינצווישן האט זיך שוין געפענט קענווי און וועסטקליף, מען האט זיך שוין געצויגן ביי cost shop, עפעס נייע דירות פראיעקטן איז אויך צוגעקומען
איז וואס איז יעצט עקסטער געשעהן?
גראדע האב איך 2 קרובים וואס האבן חתונה אין די נאנטע תקופה און האבן גרינג געטראפן דירות ב"ה
וואס ס'איז יעצט געשען איז לכאורה נישט מער ווי דאס אז בעלזא אייניקל האט געעפנט אן אשכול דערוועגן און געזוכט צו באהאנדלען די נושא וואס פלאגט שוין די לאקאלע אידן פאר לאנגע יארן.
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: קרייזיס אין לאנדאן: נישט מער דא צו באקומען הייזער און דירות צו וואוינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

נאך א פוינט.
גויים וואס וואוינען צווישען יודן ווילן זיך נישט ארויסציהען פון געגענט טענה'ענדיג אז "צווישען יודן איז שטענדיג רוהאיגער צו וואוינען ווי אין אנדערע געגענטער, נישטא קיין קריימס בכלל און קיין געוואלדטאטן אין די גאסן זענען נישט צום טרעפן צווישען היימישע יודן" און זיי זענען גערעכט, און נאך ווי! מי כעמך ישראל!
--
אגב איז דא שיינע געגענטער נישט ווייט פון סטעמפארד הילל וואס האלטן זיך יעצט אינמיטן בויען און זענען גרויס און ברייט, ווי למשל, סטרעטפארד געגענט וואס איז ממש א וועלט פאר זיך, בילדינגס בויען זיך דארט און רעקארד צייט ווי שוועמל נאך רעגן
פארוואס גייט מען נישט צו אזעלכע געגענטער און נאך ענדליכע?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אין די גאנצע וועלט איז (געווען) איינגעפירט אז יונגע קאפלס וואוינען נעבן די עלטערן, ס'איז שווער צו טוישן אזא מנהג.

אין ירושלים האט מען עס געטוישט שוין א לאנגע צייט צוריק, דער עולם פארט קיין בית שמש און איבעראל, און ס'איז כמעט נישטא אזא מציאות אז עלטערן הייסן קינדער בלייבן אין ירושלים נאך די חתונה.

שפעטער האט זיך עס געטוישט אין ברוקלין, מאסן שנה ראשונה יונגעלייט קויפן הייזער אין לינדען, סטעטן איילענד, לעיקוואוד, מאנסי, און ס'איז היינט העכסט נארמאל אוועקצומופן א יאר נאך די חתונה. פאר 5 יאר צוריק וואלט מען נישט גע'חלומ'ט ס'וועט זיין אויף אזא פארנעם.

ס'איז געקומען די צייט אויף לאנדאן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

בריטישע קעניג האט געשריבן:
נאך א פוינט.
גויים וואס וואוינען צווישען יודן ווילן זיך נישט ארויסציהען פון געגענט טענה'ענדיג אז "צווישען יודן איז שטענדיג רוהאיגער צו וואוינען ווי אין אנדערע געגענטער, נישטא קיין קריימס בכלל און קיין געוואלדטאטן אין די גאסן זענען נישט צום טרעפן צווישען היימישע יודן" און זיי זענען גערעכט, און נאך ווי! מי כעמך ישראל!
--
אגב איז דא שיינע געגענטער נישט ווייט פון סטעמפארד הילל וואס האלטן זיך יעצט אינמיטן בויען און זענען גרויס און ברייט, ווי למשל, סטרעטפארד געגענט וואס איז ממש א וועלט פאר זיך, בילדינגס בויען זיך דארט און רעקארד צייט ווי שוועמל נאך רעגן
פארוואס גייט מען נישט צו אזעלכע געגענטער און נאך ענדליכע?
ווייל סאיז פונקט אזוי טייער דארט.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22691
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

צוויי הייזער ארויף די וואך אויף Ashtead פאר 1.6...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
ש. שרייבער
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2019 8:21 am

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ש. שרייבער »

דער עולם איז דאך נאר וואס אהיימגעקומען פון די האלידעיס, האט מען דען נישט געזעהן צענדליגע/הונדערטע הערליכע און גאר ביליגע געגענטער? פארוואס עפעס איז מען סטאק געבליבן מיט קענווי און וועסטקליף?
נאר פשוט דארט האבן שוין אידן געהאט הייזער פון פארדעם... מען דארף נישט קיין סך זוכן קען מען טרעפן פאר שפאט ביליג און אפילו גרעסערע הייזער אין אנדערע געגענטער.

אויב איינער ווייסט, זאל ער עס ארויפברענגן, אפשר קען נאך עפעס ווערן פון דעם אשכול...
פלפלת בחכמה
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 6:14 pm

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלפלת בחכמה »

פארשטיי איך נישט…

אלס האב איך מקנא געווען די לאנדאנער אידען וואס איך פלעג הערן אז זיי צאלען נישט קיין רענט וויל די רעגירונג צאלט עס…?
אוועטאר
יעך פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
לאקאציע: אין הימעל

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך פארשטיי »

פלפלת בחכמה האט געשריבן:
פארשטיי איך נישט…

אלס האב איך מקנא געווען די לאנדאנער אידען וואס איך פלעג הערן אז זיי צאלען נישט קיין רענט וויל די רעגירונג צאלט עס…?
יא יא געווען! :-( :-( :-(
אַכָּבֵּ"י
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

יעך פארשטיי האט געשריבן:
פלפלת בחכמה האט געשריבן:
פארשטיי איך נישט…

אלס האב איך מקנא געווען די לאנדאנער אידען וואס איך פלעג הערן אז זיי צאלען נישט קיין רענט וויל די רעגירונג צאלט עס…?
יא יא געווען! :-( :-( :-(
נאכאלץ
נאר ווייניגער
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

אפילו אין גלדערס גרין רעט מען פון דעם
אטעטשמענטס
61cd72953b584d4e998fa6c06de563d3.jpg
61cd72953b584d4e998fa6c06de563d3.jpg (52.08 KiB) געזען 3640 מאל
לעצט פארראכטן דורך בעלזא אייניקעל אום זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 10:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19932
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

בעלזא אייניקעל האט געשריבן:
אפילו אין גלדערס גרין רעט מען פון דעם
אלטע חלומות.. גארנישט געווארען פון דעם...
-
וואס יא.. הונדערטע הונדערטע ליטווישע יודן פון גאלדערס גרין, האבן זיך געצויגען קיין מאנטשעסטער די לעצטע 10-15 יאר.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: די דירות צושטאנד אויפן היימישען מארקעט אין לאנדאן הבירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

די גלדערס גרין פרויעקט איז ניי פון די וואך…

איך וואלט נישט געזוגט הונדערטע פון ג"ג… נאר אסאך פון סטאמפורט הילל אין פון ג"ג
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19932
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: די דירות צושטאנד אויפן היימישען מארקעט אין לאנדאן הבירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

איך וואונדער מיך אסאך מער אויף א יוד וואס וואוינט צוקוועטשט אין ''וויליאמסבורג'' און וויל זיך נישט ארויסציען,
ווי א יוד וואס וואוינט צוקוועטשט אין ''לאנדאן'', און וויל זיך נישט ארויסציען צו קענווי / וועסטקליף.

1.
א יוד פון וויליאמסבורג, האט עטליכע אפציעס ווי זיך צו ציען, בלויז 50-90 מינוט צו פארן.
דארט אין לעיקוואד, מאנסי וכדו' האט ער אלע אלע יודישע געברויכען, מיט אפאר סארט מוסדות'ן.
משא''כ אין קענווי / וועסטקליף איז דא גאר ווייניג יודישע געברויכען.

2.
א יוד וואס בלייבט וואוינען אין לאנדאן, צאלט טאקע זייער טייערע רענט, אבער לכבוד דעם אז ער וויל וואוינען אין לאנדאן געבט אים די מדינה מער געלט,
משא''כ אין וויליאמסבורג באקומען סתם מענטשן נישט קיין געלט פאר רענט.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

גם אתה יכול האט געשריבן:

מציאות אז מערסטנס אידן וואס וואוינען יעצט דארט זאגן אז זיי האבן דייקא געוואלט לעבן די רואיגע לעבנס שטייגער און געזוכט צו אוועקגיין פון שטאטישע פארקער אבער די וואס גלייכן יא די ישיבת הכרכים האבן נאכנישט קיין שום זאך אין די ארטיגע ישובים וואס זאל זיי צוצויען.
דארף מען טאקע שאפן נאך הונדערט נחשונים.
וועסטקליף איז א געהעריגע שטאט (נישט מיט אידישע געברויכן)...
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
אוועטאר
בריטישע קעניג
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 6:58 pm

Re: קרייסיס אין לונדון: נישט מער דו צו באקומען הייזער און דירות צו וואינען !!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטישע קעניג »

דיעגא האט געשריבן:
וועסטקליף איז א געהעריגע שטאט (נישט מיט אידישע געברויכן)...
וואספארא א. ג. אידישע געברויכען פעלט נאך אין וועסטקליף?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”