אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

א 2000 יעריגע בילד פון א ’האן’ מזמן בית שני
ארכעלאגן האבן אנדעקט א 2100 יעריגע קאלירטע היסטארישער בילדער פעינטינגס פון בעלי חיים, און צווישן זיי א הערליך געמאלן בילד פון א האן (רוסטער)... ביים אנטדעקן א באגראבענער פעסט פוד רעסטוראנט, אינעם היסטארישן באגראבענעם שטאט ’פאמפעי’ אין איטאליע, וואס איז באגראבן געווארן (ממש אפאר יאר נאכן חורבן ביהמ”ק) מיט הייסע לאווע דורך א וואלקעינאוי אויפרייס פונעם דערנעבענדיגן בארג, און די הייסע לאווע האט עס באגראבן מיט אירע איינוואוינער לעבעדיגערהייט.
נ.ב. אפשר גאר האט דער תנא רבי מאיר זיך געראטעוועט פונעם רומישן סאלדאט דורכן אריינלויפן אין דעם רעסטוראנט...
זייער אינטרעסאנט; באמערקט די אויסגעפארעמטע קאנטער פון שטיין מיט די לעכער פון אויבן פאר די טעפ פאר די הייסע עסן (כירה), ענדליך צו די היינטיגע אויסשטעל, און די געמאלענע בילדער פון פארענט וואס ווייזט וואסערע עסן ס’דא צובאקומען, הינט פלייש, טשיקן, קאטשקע, וכו,.... (ס’איז נאך פארבליבן אין די טעפ פארברענטע שריים, און איבערבלייבעניש פונעם קעכער/פארקויפער אין די זייט)
Screenshot_20210225-011500_Chrome.jpg
Screenshot_20210225-011500_Chrome.jpg (111.82 KiB) געזען 4002 מאל

Screenshot_20210225-011454_Chrome.jpg
Screenshot_20210225-011454_Chrome.jpg (109.73 KiB) געזען 4002 מאל
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

מען זעהט אין דעם בילד א געוואלד שטריכן פונעם ’האן’ וואס איז זייער היסטאריש אינטרעסאנט, לדעתי זייער ענדליך צום ’רוד איילענד רעד’ האן היינטיגע צייטן
די רויטע פעדערן, די לאנגע ’שווארצע’ געדרייטע עק, די געהעריגע כרבלת, די ווייסע אויער, ס’איז געוואלדיג
אשאד מען זעהט נישט די קאליר פון די פיס
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

גראדע די אויער פון די ראד’ס אין מיינע גלילות זענען ברוין
ad_1653849387505.jpg
ad_1653849387505.jpg (144.87 KiB) געזען 3969 מאל

די שפיץ פונעם וויידל וואקסט און דרייטזיך לויט זיין עלטער
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גאר אינטערסאנט דאס פון פאמפע, און די גאנצע אשכול.

יישר כח.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

נא_שכל האט געשריבן:גאר אינטערסאנט דאס פון פאמפע, און די גאנצע אשכול.

יישר כח.

א דאנק,
די גוטע גריסן, און ברייטע אינטרעסע פונעם ציבור, גיבט אונז כח צו גיין ווייטער
ס’איז פיהל מער פון וואס מיר האבן ערווארטעט
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

להוי ידוע
מיר האבן מסדר געווען א מפתח ענינים, וועט בלי”נ ווערן אפדעיטעט וועכענטליך
אוועטאר
רוסישער
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:07 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישער »

Wow! ישר כח ר' Joe געוואלדיגע ארבייט! מיר קיקען ארויף אויף מער.
קענסט מיר ביטע מסביר זיין די מעלות אין חסרונות פין אויפהאדעווען אינדערהיים די ווייסע Buff Orpington chicken?
נוגע למעשה... ישר כח!
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

רוסישער האט געשריבן:Wow! ישר כח ר' Joe געוואלדיגע ארבייט! מיר קיקען ארויף אויף מער.

איך קען דיר נישט זאגן קיין מעלות און חסרונות כ’האב האב עס קיינמאל נישט געהאדעוועט, אבער כ’האב עס געזעהן אין Murray McMurray Catalog , קוק דארטן זיי זאגן שיינע זאכן

איך האב מיך אפגעהאלטן דערפון פאר 2 סיבות,
1. געפיליג, איך גיי דיר נישט מסביר זיין פארוואס (אויבערפלעכליך: דער Breed איז זייער א גרויסער טשיקן, נאך גרעסער פון די Rocks, א זכר גרייכט 10Lbs און א נקיבה 8Lbs). ס’איז א מעלה אויב ווילסטו עס פאר פלייש

2. זיי שרייבן ס’האט א pinkish white skin, אונז זעממיר געוואוינט צו א Yellow skin, קען שוין האבן א חשש פון מסורה, דארפסט פרעגן א רב וואס איז אויסגעקאכט אין דעם,

כ’געדענק איך האב געליינט ערגעץ אז די אייראפעיאישע breeds זענען ווייסע הויט, און דעי וואס קומען פון מזרח העולם זענען געיל (קען עס דעמאלטס גאר זיין א מעלה..), איך האב אבער נישט מברר געווען צו ס’איז טאקע אזוי, ס’מוז נישט זיין, און כ’ווייס נישט וואס איז געווען ביי אונזערע עופות אין יוראפ, אבער כ’דענק נישט אויף די מינוט וואס די הלכה איז, אז כ’וועל האבן צייט וועל איך נאכקוקן אין מיינע מקורות מען רעדט זעכער דערפון, איך כ’געדענק אויך ס’דא א געוויסע breed פון פראנקרייך וואס האט בלויע פיס .

איך פאר מיר האב געזיכט א breed וואס זאל נישט האבן שאלות לכל הדיעות.....

כ’האב דיר נאר מעורר געווען, ס’איז יכול להיות קיין שום חשש, און כ’האף מען וועט נישט פארקאכן א קאשע פון מיינע ווערטער לחומרא

(האלא די ווילסט איך זאל דיר ענטפערן דיינע שאלות, אבער דיין חמץ צו פארקויפן געסטו פאר א צווייטן... :grin: )
לעצט פארראכטן דורך Joe the Farmer אום זונטאג מאי 29, 2022 11:30 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

שכויח ר' דזשאו.

אזויווי רוב עולם דא... גלייך איך זייער די בריאה אבער וואוינען וואוין איך אין א פערטע שטאק דירה אין א שטיינערנע בנין אהן א פארטש אפילו וואו מ'קענען עפעס אנפלאנצן

פון האדעווען עפעס איז אפילו נישט דא קיין רעדע קוים עפעס א פלאנצונג אויף די פענסטער פון פסח ביז מ'דארף ארויס שטעלן דעם עיר קאנדישן, פון צייט צו צייט נעמט מען ארויס די בנים אין די פעלדער אפסטעיט קלויבן פירות און בעיקר ירקות פשוט צו ווייזן אז עס וואקסט נישט אין פרידזשידער.

ממילא קומט זייער צוניץ דיינע ארטיקלען כמים קרה על נפש עיפה בתורת כל העוסק כאילו הקריב...
קום אריין קלארער אז לכש.. וועט מען וויסן וואס מ'האט צו טוהן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ס'איז מיר א שטארקע פסיכאלאגישע אינספיראציע דער אשכול.

גיי אן ר' דזשאו!
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

Joe the Farmer האט געשריבן:
רוסישער האט געשריבן:Wow! ישר כח ר' Joe געוואלדיגע ארבייט! מיר קיקען ארויף אויף מער.
קענסט מיר ביטע מסביר זיין די מעלות אין חסרונות פין אויפהאדעווען אינדערהיים די ווייסע Buff Orpington chicken?
נוגע למעשה... ישר כח!

איך קען דיר נישט זאגן קיין מעלות און חסרונות כ’האב האב עס קיינמאל נישט געהאדעוועט, אבער כ’האב עס געזעהן אין Murray McMurray Catalog , קוק דארטן זיי זאגן שיינע זאכן

איך האב מיך אפגעהאלטן דערפון פאר 2 סיבות,
1. געפיליג, איך גיי דיר נישט מסביר זיין פארוואס (אויבערפלעכליך: דער Breed איז זייער א גרויסער טשיקן, נאך גרעסער פון די Rocks, א זכר גרייכט 10Lbs און א נקיבה 8Lbs). ס’איז א מעלה אויב ווילסטו עס פאר פלייש

2. זיי שרייבן ס’האט א pinkish white skin, אונז זעממיר געוואוינט צו א Yellow skin, קען שוין האבן א חשש פון מסורה, דארפסט פרעגן א רב וואס איז אויסגעקאכט אין דעם,

כ’געדענק איך האב געליינט ערגעץ אז די אייראפעיאישע breeds זענען ווייסע הויט, און דעי וואס קומען פון מזרח העולם זענען געיל (קען עס דעמאלטס גאר זיין א מעלה..), איך האב אבער נישט מברר געווען צו ס’איז טאקע אזוי, ס’מוז נישט זיין, און כ’ווייס נישט וואס איז געווען ביי אונזערע עופות אין יוראפ, אבער כ’דענק נישט אויף די מינוט וואס די הלכה איז, אז כ’וועל האבן צייט וועל איך נאכקוקן אין מיינע מקורות מען רעדט זעכער דערפון, איך כ’געדענק אויך ס’דא א געוויסע breed פון פראנקרייך וואס האט בלויע פיס .

איך פאר מיר האב געזיכט א breed וואס זאל נישט האבן שאלות לכל הדיעות.....

כ’האב דיר נאר מעורר געווען, ס’איז יכול להיות קיין שום חשש, און כ’האף מען וועט נישט פארקאכן א קאשע פון מיינע ווערטער לחומרא

(האלא די ווילסט איך זאל דיר ענטפערן דיינע שאלות, אבער דיין חמץ צו פארקויפן געסטו פאר א צווייטן... :grin: )

אין ספר שו”ת אבני חן (כרך ב’ סי’ נ”ה סוף סיעף א’) שרייבט ער, אבל סתם ’צבע’ שונה מצד טבע הגוף נראה דלית ביה מששא, דאין הצבעים לסוגיהם בכלל שינוי כל שהוא, וכיון שהוא מראהו ומבנהו החיצוני ככל תרנגול מצוי בודאי לית בכאן שום חששא. וכו’... וכשם שצבע נוצותיהם אינו בשוה, כך גם צבע עורם אינו שוה בשוה וכך זה יקרה גם ביחס לצבע ביציהם, והכל מין אחד שעליו נתקבלה המסורת. ובכלל זה ישנם תרנגולים אשר צבע רגליהם צהוב ויש מהם שהוא שחרחר אפילו מאותם שצבעם החיצוני באופן כללי לגמרי לבן, ואין לחלק, ובכל גווני נראה דליכא למיחש למידי. אם לא שידענו במפורש שדבר זה בא להם מחמת הכלאה עם מין עוף שאין עליו מסורת, וכו’ (ע”ש).

זייער קלאר, ודבריו קלורים לעינים.

ער איז דארט מאריך באריכות אויב די כרבלת איז שווארץ, אדער די גוף ויעיין שם

גראדע ביי די עופות וואס איז געווען א שערוריה איינע פון די טענות איז געווען א שינוי ’במראה העור’ (קונטרס כנפי נשרים, ערוך לנר סי’ ה’) אבער דאס איז געווען א צירוף צו א באנטש מעכטיגע שינוים, אלעס צוזאמען איז עס געווען כאילו א נייע בריאה, וואס דארף א נייע מסורה, אבער סתם אזוי כנ”ל איז עס נישט קיין פראבלעם. חוץ ווען האס האט זיך דא געדרייט דער עוף האסור וואס האט די אלע שינוים, און דא איז מיר געבוירן א עוף מיט איין שינוי האב איך מורא אז ער איז א וולד פונעם איסור (זה וזה גורם) און האט אויך א סימן פון אים דאן איז ער אסור אפילו מיט אזא קאליר סימן וואס ער איז דומה צום איסור, אבער ביי די זן - breed פון וואס מיר שמועסן איז ער דאך צורת תרנגול רגיל, איז סתם שינוי אין מראה העור נישט קיין פראבלעם, און חוץ מזה קען גאר זיין ס’איז נישט א שינוי כלל...

שמועס עס דורך מיט אייער בעל מכשיר
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער הנאה פון דעם אשכול
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

אין אן אומגעווענליכע ערשיינונג האב איך מיך נעכטן באגעגנט מיט א גרופע הון/הינער, פארנדיג בגלילות קרית יואל.

20220529.jpg
20220529.jpg (229 KiB) געזען 3405 מאל

דעשקעם ווידיא:
https://drive.google.com/file/d/10IVLng ... sp=sharing
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

הודו להשם האט געשריבן:אין אן אומגעווענליכע ערשיינונג האב איך מיך נעכטן באגעגנט מיט א גרופע הון/הינער, פארנדיג בגלילות קרית יואל.

20220529.jpg

דעשקעם ווידיא:
https://drive.google.com/file/d/10IVLng ... sp=sharing

;l;p-
די אנדערע זייט גראז זעהט אויס גרינער...
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איך ווייס נישט פון ווי אייער בילד איז, אבער ביים ביהמ"ד ראדישיץ בגלילות ק"י האדוועט איינער דארט עטליכע סארטען הינער.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

viewtopic.php?p=3586088#p3586088

הכל הבל האט געשריבן:די פיטא גרופע וועלכע קעמפט פאר רעכטן פון באשעפענישן האט גערופן אויף די באקאנטע לעגא פירמע צו טוישן איר נארוואס ערצייגטע פארעם קינדער שפילצייג סעט זינט עס טוט לויט זיי פרעזענטירן א פאלשע און פארפירערישע בילד פון באשעפעניש אגריקולטור

די ארגאנאזאציע באשולדיגט אז די אינדוסטריע פון האדעווען די באשעפענישן אין פארמס איז א בלוטיגע און סאדיסטישע און פירמעס, איבערהויפט אזעלכע וואס ערצייגן פראדוקטן פאר קינדער, זאלן עס נישט ארויסהייבן

זיי באשולדיגן אז דאס פארקויפן אזעלכע פראדוקטן טוט ריינוואשן די שרעקליכע רעאליטעט פון פון לעבן און טויט פון באשעפענישן וועלכע עסן אינדוסטריעס האדעווען זיי צו קענען פיטערן פאר מענטשן

זיי ערקלערן די געפאר אז ווען קינדער וואקסן אויף מיט אזלעכע שפיצלצייג נאך איידער זייער פארשטאנד איז אנטוויקלט פארבלייבט עס שוין אונטער זייער באוואוסטזיין אלץ נארמאלע ערשיינונג צו זיין אנגעוויזן אויף באשעפעניש פלייש, אייער און מילך

די פארלאנג פון די ארגאנאזאציע איז אז די פירמע זאל טוישן די נאמען פון די סעט צו באשעפעניש שוץ היים וואס וועט העלפן קינדער ארויסהאבן אז פארמס דארפן צו זיין פלעצער וואו מען גיבט זיך אפ און קימערט זיך פאר די וואוילזיין פון די באשעפענישן און אז זיי זענען ברואים מיט הרגשים וועלכע שפורן פארגעניגן, ווייטאג און ליבשאפט און זאלן נישט סערווירן צו דעקן די רייץ פון פראדוצירער זיי אויסצונוצן און פייניגן
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

הודו להשם האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3586088#p3586088

הכל הבל האט געשריבן:די פיטא גרופע וועלכע קעמפט פאר רעכטן פון באשעפענישן האט גערופן אויף די באקאנטע לעגא פירמע צו טוישן איר נארוואס ערצייגטע פארעם קינדער שפילצייג סעט זינט עס טוט לויט זיי פרעזענטירן א פאלשע און פארפירערישע בילד פון באשעפעניש אגריקולטור

די ארגאנאזאציע באשולדיגט אז די אינדוסטריע פון האדעווען די באשעפענישן אין פארמס איז א בלוטיגע און סאדיסטישע און פירמעס, איבערהויפט אזעלכע וואס ערצייגן פראדוקטן פאר קינדער, זאלן עס נישט ארויסהייבן

זיי באשולדיגן אז דאס פארקויפן אזעלכע פראדוקטן טוט ריינוואשן די שרעקליכע רעאליטעט פון פון לעבן און טויט פון באשעפענישן וועלכע עסן אינדוסטריעס האדעווען זיי צו קענען פיטערן פאר מענטשן

זיי ערקלערן די געפאר אז ווען קינדער וואקסן אויף מיט אזלעכע שפיצלצייג נאך איידער זייער פארשטאנד איז אנטוויקלט פארבלייבט עס שוין אונטער זייער באוואוסטזיין אלץ נארמאלע ערשיינונג צו זיין אנגעוויזן אויף באשעפעניש פלייש, אייער און מילך

די פארלאנג פון די ארגאנאזאציע איז אז די פירמע זאל טוישן די נאמען פון די סעט צו באשעפעניש שוץ היים וואס וועט העלפן קינדער ארויסהאבן אז פארמס דארפן צו זיין פלעצער וואו מען גיבט זיך אפ און קימערט זיך פאר די וואוילזיין פון די באשעפענישן און אז זיי זענען ברואים מיט הרגשים וועלכע שפורן פארגעניגן, ווייטאג און ליבשאפט און זאלן נישט סערווירן צו דעקן די רייץ פון פראדוצירער זיי אויסצונוצן און פייניגן

איך האב מורא אראפ צו טראסקענען א פאלטשע toy חיה אויף דער ערד ביי מיר און שטוב ווייל פיטא וועט נאך רופען EMS
ווי אויך וועל איך שוין נישט מעגן צוזאם קוועטשען אסאך פאלטשע toy חיות צוזאמען און קלאזעט צילוב האלטן חיות צוקוועטשט...
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

יא טייערע חבירים אלע דורות פלעגט מען האבן פרנסה פון פעלד ארבייט מען פלעגט קויפן א קרן און עסן אדער פארקויפן די פירות.. יא יעצט קענסטו אויכעט האבן די געגלעגנהייט

עס שטייט צו פארקויפן נישט צו ווייט פון אונזערע היימישע געגנטער א זעלטן ריזיגער פארם לאנד פאר א גוטע פרייז

https://www.zillow.com/homedetails/335- ... 1136_zpid/?
איך בין א לייסענעס ריעל עסטעיט בראוקער
אויב ביסטו ערנסט אינטערסירט קאנטעקט מיר און אישי
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

האלא @קעש, האסט נישט עפעס מער עפארדעבל פארן קליינעם פארמער, און מער אין געגענט, נישט קיין פערטיגע פרוכט פעלדער, בלויז אפאר עקער לאנד, א שיינע הייזקע, און אפאר שטאלן.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

הודו להשם האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3586088#p3586088

הכל הבל האט געשריבן:די פיטא גרופע וועלכע קעמפט פאר רעכטן פון באשעפענישן האט גערופן אויף די באקאנטע לעגא פירמע צו טוישן איר נארוואס ערצייגטע פארעם קינדער שפילצייג סעט וכו’

ס’איז איום ונורא, די ליבעראלן שלאגן צוביסלעך ווארצלען
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

Jhon האט געשריבן:האלא @קעש, האסט נישט עפעס מער עפארדעבל פארן קליינעם פארמער, און מער אין געגענט, נישט קיין פערטיגע פרוכט פעלדער, בלויז אפאר עקער לאנד, א שיינע הייזקע, און אפאר שטאלן.

וואס מייינט געגענט ארום מאנסי ?
אדער ארום מאנרא?
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

קעש האט געשריבן:יא טייערע חבירים אלע דורות פלעגט מען האבן פרנסה פון פעלד ארבייט מען פלעגט קויפן א קרן און עסן אדער פארקויפן די פירות.. יא יעצט קענסטו אויכעט האבן די געגלעגנהייט

עס שטייט צו פארקויפן נישט צו ווייט פון אונזערע היימישע געגנטער א זעלטן ריזיגער פארם לאנד פאר א גוטע פרייז

https://www.zillow.com/homedetails/335- ... 1136_zpid/?
איך בין א לייסענעס ריעל עסטעיט בראוקער
אויב ביסטו ערנסט אינטערסירט קאנטעקט מיר און אישי

אויב איינער פארשטייט נישט עכט צו פארמינג און אגריקולטור זאל אודאי נישט פלאשן זיין געלט דארט ווייל קיין דעוועלאפמענט וועט דאך א איד נישט קענען מאכן דארט צוליב די פרוכט, אלזא דארף מען זיין אויסגעקאכט אין די פארעם אדער ריעל עסטעיט "לענד" פאר מען מאכט אזא דיל
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

קעש האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:האלא @קעש, האסט נישט עפעס מער עפארדעבל פארן קליינעם פארמער, און מער אין געגענט, נישט קיין פערטיגע פרוכט פעלדער, בלויז אפאר עקער לאנד, א שיינע הייזקע, און אפאר שטאלן.

וואס מייינט געגענט ארום מאנסי ?
אדער ארום מאנרא?

מאנרא, בלומונגראוו, בלומינבערג
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

Re: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

נייע שטאט האט געשריבן:
קעש האט געשריבן:יא טייערע חבירים אלע דורות פלעגט מען האבן פרנסה פון פעלד ארבייט מען פלעגט קויפן א קרן און עסן אדער פארקויפן די פירות.. יא יעצט קענסטו אויכעט האבן די געגלעגנהייט

עס שטייט צו פארקויפן נישט צו ווייט פון אונזערע היימישע געגנטער א זעלטן ריזיגער פארם לאנד פאר א גוטע פרייז

https://www.zillow.com/homedetails/335- ... 1136_zpid/?
איך בין א לייסענעס ריעל עסטעיט בראוקער
אויב ביסטו ערנסט אינטערסירט קאנטעקט מיר און אישי

אויב איינער פארשטייט נישט עכט צו פארמינג און אגריקולטור זאל אודאי נישט פלאשן זיין געלט דארט ווייל קיין דעוועלאפמענט וועט דאך א איד נישט קענען מאכן דארט צוליב די פרוכט, אלזא דארף מען זיין אויסגעקאכט אין די פארעם אדער ריעל עסטעיט "לענד" פאר מען מאכט אזא דיל

100% גערעכט
עס איז א עקטיוו פארעם און איך געב קיין עדווייס .. פשוט ווייל איך קען נישט די ליין
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”