ווי ווייט איך האב געהערט איז עס הר"ר נפתלי דייטש שליט"א דיין אין קרית יואל ער פלאנט אליינס אהינצומאפן אין ער האט א שיינע מספר פון זיינע יונגעלייט וואס גייען מיט אים
ריכטיג, געהערט פון די משפחה ווי אויך געהערט פון זיי אז מען פלאנט נישט ארויסצוקומען צום המון פאר ס'איז דא א שיינע מספר ערנסטע שטובער עס זאלן זיך נישט צוכאפן גלייך די שוואכערע
ווער איז דאס הר״ר נפתלי דייטש?
מלפנים דומ"ץ אהל אלטא פיגא בית יואל בבית הרבנית חתן ר' נחמן לאנדא
עס פרייט צו זען ווי עס בויען זיך אידישע ישובים. הגם איך האב שוין אינוועסטירט אין איינע פון די נייע ישובים איז אבער דאך א שמחה יעדעס מאל עס קומט א פרישע.
איך וויל בעטן פאר די טובה פונעם כלל, ביטע נישט איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל די וועטער דעבאטע. מען האט שוין אין די עבר דעבאטירט דאס כמה פעמים, און די אשכול איז נישט געשטעלט אויף דעם צו קאנווינסן יענעם צו מיין מיינונג. איינער האט ליב ניו יארק וועטער און איינער פלארידע, ביי א דריטן שפילט נישט קיין פאקטאר די חסרון/מעלה פון די וועטער, נאר אנדערע פרטים. אויב מען שפירט עס איז שטארק וויכטיג דאס זאל מען עפענען א באזונדערע אשכול דערפאר.
אזוי אויך בין איך נישט אין גיסטע פון דעבאטעס פארוואס מען זאל יא/נישט מופן פון ניו יארק.
איך וויל דא ליינען נייעס און אינפארמאציע, און איך גלייב אז רוב ליינער דא ווילן דאס.
לגבי די טענה אז די עולם האלט נישט ביים מופן איז עס נישט אינגאנצן אמת, ס'איז דא זייער אסאך מענטשן בפרט אינגעלייטלעך וואס זוכען מיט ליכט ווי מ'קען מופן אבער קיינער וויל נישט זיין די ערשטער אויף א פלאץ, וגם אני בתוכם וואס ס'קומט מיר ניטאמאל אין געדאנק אהין צו מופן פאר ס'וואוינען דארט א צוויי דריי הונדערט משפחות און ס'איז דא אפאר שולן וואס איז אפן א גאנצע וואך, און א אפציע פון אפאר מוסדות התורה וכו', וואס איך מיין אז זייער אסאך נארמאלע מענטשן קוקן אויף די זאכן,
די פראבלעם איז אבער אז אין די פאר מענטשן וואס גייען אהין די ערשטע ווענד זיך די גאנצע זאך, לדוגמה אז איינער וועט הערן אז ס'קוקט אויס דארט ווי עירמאנט אדער פארשעי וועט עס אסאך צוגעבן נישט אהין צו גיין, אבער גיין די ערשטע ווילן נאר אזעלכע מענטשן וואס אינטרעסירט זיי נישט צו סאך די מוסדות שולן וכדומה, וואס ס'קען העלפען די פראבלעם איז א געוויסע קהילה זאל אהין שיקן דעם עולם, וואס דעס ברענגט שוין א נייע פראבלעם אז מענטשן וואס האבן נישט ליב יענע קהילה נישט קיין חילוק וועלכע ס'זאל זיין גייען נישט וועלן אהין מופן,
וועגן ווייטקייט האלט איך נישט אז ס'איז א גרויסע פראבלעם ווייל וויפיל עלטערע קאפעל'ס קומען צו פארן צו די עלטערן אויף שבתים (חוץ ימים טובים) מער פון פיר פינף מאל א יאהר און אויף שמחות, און דאס וועלן רוב מענטשן זיין גרייט אויפצוגעבן פאר א נארמאלע שיינע רחבות'דיגע הויז, און חוץ פון דעם וואס איז שיירות מצויות און מ'קען טרעפען אסאך ביליגע טיקעט'ס פון בערך הונדערט דאלער אסאך צייט'ן אין יאהר, און ס'קומט נישט אויס אזוי טייער צו אהער קומען מיט די גאנצע משפחה,
ווייטער ווענד זיך וויאזוי מ'בויעט אז ס'איז ווייט האבן עס די שטאטישע נישט ליב וואס מ'דארף וואקן אסאך, אדער דרייוון וואס ביי אסאך איז עס נישט זייער ערשטע אויסוואל, און אז מ'בויעט צושטיפט ווי בלומענבערג לדוגמה איז עס ווייטער נישט אינטרסאנט פאר אסאך, ווייל ס'איז צו צוקוועטשט, און אז מ'מופט שוין יא און אזוי ווייט זאל זיך עס לוינען, הצד השוה שבהם אז אין מיינע אויגן זעהט אויס ווייט פונעם ריאליטעט, און זייער וואקלדיג,
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
די נארמאלע פרייז איז אזויווי איך האב געשריבן, די טיקעט פון 35 איז מיט פראנטיער וואס איך וואלט נארמאלערהייט נישט געפארן מיט זיי און אסאך טעג איז בכלל נישט דא קיין פליגער'ס אויף די רוט וואס @יין המשומר האט געשריבן,
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
דרך אגב PBI West Palm Beach International Airport איז לכאורה די נענסטע געהעריגע אירפארט עס איז בערך א שעה מיט 15 מינוט דרייוו פון Buckhead Ridge Fl און איך זעה גראדע למשל פאר די דיעטס טיקעטס מיט געהעריגע אירליינס ראונד טריפ פאר אביסל מער ווי 100 דאלער (די ביליגסטע פרייז אן לאגידזש וואס די אנדערע ביליגע געבן אויך נישט)
דזיקוב'ער האט געשריבן:די נארמאלע פרייז איז אזויווי איך האב געשריבן, די טיקעט פון 35 איז מיט פראנטיער וואס איך וואלט נארמאלערהייט נישט געפארן מיט זיי און אסאך טעג איז בכלל נישט דא קיין פליגער'ס אויף די רוט וואס @יין המשומר האט געשריבן,
אגב, איך האב געפארן קיין פלארידע מיט יונייטעד און מיט פראנטיער. אלל איי קען סעי איז אז איך האב געהאט סאך א בעסערע עקספיריענס מיט פראנטיער ווי מיט יונייטעד.
דזיקוב'ער האט געשריבן:די נארמאלע פרייז איז אזויווי איך האב געשריבן, די טיקעט פון 35 איז מיט פראנטיער וואס איך וואלט נארמאלערהייט נישט געפארן מיט זיי און אסאך טעג איז בכלל נישט דא קיין פליגער'ס אויף די רוט וואס @יין המשומר האט געשריבן,
אגב, איך האב געפארן קיין פלארידע מיט יונייטעד און מיט פראנטיער. אלל איי קען סעי איז אז איך האב געהאט סאך א בעסערע עקספיריענס מיט פראנטיער ווי מיט יונייטעד.
Over the last 10 years, Florida has averaged 7 unprovoked bites per year that are serious enough to require professional medical treatment. The frequency of these serious bites is variable but there has not been a significant trend in the past 10 years. The likelihood of a Florida resident being seriously injured during an unprovoked alligator incident in Florida is roughly only one in 3.1 million. From 1948 to 2019, 413 unprovoked bite incidents have occurred in Florida. Twenty-five of these bites resulted in human fatalities