נו שוין האט געשריבן:היבש נעגאטיווע קעפל דער ארטיקל, און פארשטייט זיך דער פתוח האשכול האט נישט געכאפט דעם פליק פונעם קעפל.
לאז מיך דיר עפעס אויסלערנען הרב @נו שוין.
ס'איז דא פעלער ווען איך ווער געפליקט אפילו ווען דער פליקער האט גארנישט געמיינט. ביי אנדערע פעלער ווער איך נישט געפליקט אפילו ווען ער האט קלאר פרובירט אז יא. און ווידעראום געוויסע געלעגנהייטן ווער איך טאקע פליקירט ווען זיין פליקעראציע איז צום פינטל דארט ווי ס'טוט וויי. און פארשטיי זיך הכל לפי המבייש והמתבייש.
מיך אינטערעסירט די ציונים אדער רעפארמער, איך ווייס נישט פונקטליך ווער JTA איז, מיך אינטערסירט וואס זיי זאגן ווי א לאך אין קאפ.
איך האב געהאלטן אז זיי ברענגען ארויס אן אינטערעסאנטע פערספעקטיוו און גאנץ שיין אראפגעלייגט. פאר מיר איז דאס נישט געווען קיין חידוש, נאר א חבר מיינער מיט וועמען כ'האב דאס אויסגעשמועסט יארן צוריק האט מיר דאס איצט געשיקט צו צייגן אז די חברה באשרייבן איצט וואס אונז האבן אויסגעארבעט דאן.
איך האב געטראכט מענטשן העלן הנאה האבן האב איך עס אהערגעשטעלט און צוגעלייגט דעם כן ירבה וויסנדיג ווי שטארק זיי גלייכן אונז און ציטערנדיג ס'זאל נישט שאטן פאר אונז. פאר אידן שומתומ"צ איז קיינמאל נישט גוט צו זיין אין די נייעס, וואס שטילער אלץ בעסער איבערהויפט ווען די נייעס ווערט געשפינט פון א. ג. אידן. מהרסיך ומחרביך ממך יצאו.
פאר מיר איז די אינהאלט נישט קיין פליק. אז חסידים, אונגארישע גרינע אלפאבעטן האבן בכח קדושתם פון די רבנים זי"ע אויסגענוצט די פרייע אמעריקע צו גרינדן שטעט פאר א קאנטראלירטע אידישקייט כפוף צו דעת תורה איז פאר מיר נישט קיין פליק פון קיינעם. אויב עפעס א פליק פאר די גרויסע אמעריקע אדער גאר פאר JTA זעלבסט.
ווער קען פארציילן פאר JTA וואס די רבי האט געזאגט : "אן קרית יואל, האב איך גארנישט אויפגעטאן אויף דעם עולם" (א פחד פון א סטעיטמענט אויב מ'קלערט אריין).
ווער קען זיי פארציילן וויאזוי סקווירא, נייטרא, קאשוי, טאהש און אנדערע שטעטלעך זענען געגרינדעט געווארן מיט מסירת נפש ממש, שלא כדרך הטבע דורך די תפילה, קדושה און אמונה וועלכע די מייסדים די רבנים הקדושים האבן אהער געשטעלט אז כלל ישראל זאל נישט אויסקוקן ווי JTA וואלט געוואלט, אזוי ווי מ'פלעגט ציטערן אין דער אלטער היים ווען מ'האט געהערט דאס ווארט פרייע אמעריקע.
ווער קען זיי פארציילן אז רביה"ק האט געפאסט שב"ק א תענית חלום צוליב א חלום אז ער קומט קיין אמעריקע און דערנאך איבער געפאסט אינמיטן די וואך פארן פאסטן שבת.
און פלוצלינג נאכן חורבן זיך דערזען "פערצופאל" אין די ליבעראלע נ. י. ווען ער האט זיך געפונען דא פאר פאנדרעיזינג אבער מאת ה' היתה זאת אז ער האט זיך דערזעהן דא מיט אן אויפגאבע עינדליך ווי עזרא הסופר בשעתו און מהפך געווען אלע אנגענומענע כללים און נארמען. זיך אנגעפיפן אויף די גרויסע אמעריקע, זיך באנוצט מיט ליצנותא דעבודה זרה און מיט זיין גרויסע פייער אויסצולערנען דעם עולם אונז האב מיר גארנישט מיט אמעריקע. צוזאם גענומען אלע גדולי ישראל און אויפגעבויט ריינע ווינקלעך פאר תורה ויראת שמים(דאס איז נישט קאפירייט), יעדער מיט זייער מסורה און לזכרון פון זייער אבות הקדושים אשר מפיהם אנו חיים. (איך ווער עמאציאנעל, ס'איז אומגלויבלעך ווען מ'טראכט אריין די שלא כדרך הטבע וואס די רבנים נאכן קריג האבן אהערגעשטעלט, זיעואכי"א)
יא און נאכאמאל יא, גענומען די פרייע אמעריקע און אויסגענוצט די פרייע געזעצן פאר עול מלכות שמים באהבה. ממש דעם ויציליני מחרב פרעה (פרשת השבוע).
זכותם הגדול יעמוד לנו ביז דער השי"ת וועט זיך מרחם זיין על עמו ועל ארצו בקרוב.