הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

דער פאלגענדע בריוו האט מיינס א באקאנטער אריינגעשיקט צו 'דער איד', און האט מיך געבעטן עס דא אויך ארויפצושטעלן,

איך וויל דא אנרירן א ווייטאגליכע נושא, דאס איז דער ענין פון "רענט בראקרעדזש פרייזן" דא אין שטאט (איך שטעל זיך פאר אז אין אלע היימישע געגענטן איז דא די זעלבע פראבלעם).

סאיז פארשטענדליך אז א מענטש וויל פארדינגען זיינס א דירה. אבער קען נישט זיין פארנומען דערמיט אגאנצן טאג געבט ער דאס איבער פאר א בראקער צו טון די ארבעט אנשטאט אים, יעצט לאמיר באטראכטן די ארבעט פונעם בראקער און זען צי די פרייז וואס דער טענענט דארף דערנאך באצאלן דערפאר איז יושר'דיג און אויסגעהאלטן, אלזא פארדינגען א דירה אין שטאט איז "בדרך כלל" נישט קיין שווערע זאך, איז דער בראקער וועט געווענליך אריינשטעלן אן אנאנס אינעם דבר יום ביומו וכד', אויפהייבן די טעלעפאן רופן פון די אינטערסירטע, איבערגעבן דעטאלן (צומאל בלויז דורך טעקסט), ווען מען קען דאס זען, די פרייז, א.א.וו. שליסן דאס געשעפט און גענדיגט, און דא קומען מיר צום פינטל, דער איינגעפירטע וועג איז אז דער בראקער קריגט דערפאר דער סכום פןן א חודש רענט, און דאס קומט פונעם טאש פון דער טענענט, און דא שטעלט זיך דער פראגע איז דאס אויסגעהאלטן? פארוואס קומט זיך פאר די בכלל נישט שווערע דזשאב אזא גרויסע באצאלט פון 2 אהאלב דריי טויזנט דאלער פאר גארנישט? וואלט דען נישט גענוג געווען אפאר הונדערט דאללער מאקס?

איך וויל ווענדן מיין פראגע צום לענדלארד וואס ברויך גארנישט צאלן פארן בראקער, איז דען נישט גענוג די הימל שרייענדע רענט פרייזן וואס אייער צוקונפטיגע טענענט וועט דארפן צאלן, אז עס דארף ארויפפאלן אויף אים א פרישע לאסט פון אפאר טויזענט דאללער (בפרט ווען מען האלט פארן חתונה מאכן), ממה נפשך איז טאקע אזוי שווער אליין צו פארדינגען די דירה וואלט איר דאך געדארפט צאלן פארדעם, מען קען נישט טוישן דעם סיסטעם אבער ס'איז ווערט א טראכט צו געבן,

וואס איך וואלט פארגעשלאגן איז, יעדער וואס וויל פארדינגען זיין דירה זאל בעטן זיינס א נעפיו\שוואגער וואס איז נישט אזוי פארנומען, א כולל יונגערמאן און דאס גלייכן, וואס האט אביסל צייט דערפאר צו פארדינגען די דירה פאר א יושר'דיגע אפצאל און דערמיט טוהן א טובה פאר אייער אייגענע טענענט וואס וועט אייך ברענגען פרנסה בסיעתא דשמיא, אדער זאלן מענטשן זיך אנטראגן צי זיין ביליגערע בראקערס און דערמיט העלפן כלל ישראל, {אדער גאר זאלן די בראקערס אראפגיין מיט די פעפערדיגע פרייזן, וואס איז לכאורה די בעסטע אפציע}, דאס איז א ווייטאג וואס קימערט קיינעם נישט צופיל, ווייל למעשה איז דאס בלויז אן איינמאליגע אפצאל, אבער איז אין פאקט א שרעקליכע עוולה קעגן דעם ציבור וואס מוטשעט זיך גענוג אזוי אויך, און דאס איז נישט קיין לוקסוס וואס מען זאל קענען טענה'ן אז מען מוז זיך דאס נישט נאכגעבן, נאר איז ווי אן ארופגעצוואונגענע שטייער אויף אומשולדיגע מענטשן, און מוז זיך אויפהערן גענוי ווי די "שליסל געלט" וואס דער יונגערע עולם ווייסט ניטאמאל וואס דאס איז, איך האף אז מיינע ווערטער וועלן ברענגען אן אויפוואכונג און מענטשן וועלן טראכטן מער פון א צווייטן, און אדרבה זאל דער דער ציבור אויפקומען מיט סיי וואספארא לעזונג,

יישר כח פארן דרוקן מיינע ווערטער.

מען בעט די חשובע אידן אריינצוקומען און זיך לאזן הערן מיט אייער מיינונג.
!Vox Populi, Vox Dei
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

די חודש רענט וואס די בראוקער באקומט גייט אראפ פונעם לענדלארד. נישט אזוי?
(אזוי איז עס ווען מען הנדלט מיט גוישע אפארטמענטס)
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

קאנסאלטענט האט געשריבן:די חודש רענט וואס די בראוקער באקומט גייט אראפ פונעם לענדלארד. נישט אזוי?

ניין ביי אונז גייט עס פונעם טענענט, ס'האט זיך לכאו' אנגעהויבן צוליב דעם שטארקן דימענד און קליינעם סופליי, אזוי אז דער לענדלארד איז ידו על העליונה.
!Vox Populi, Vox Dei
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

אויב אזוי איז נישט קיין יושר,!! מען ברויך מטכס עצה זיין וויאזוי דאס צו טוישן
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:
קאנסאלטענט האט געשריבן:די חודש רענט וואס די בראוקער באקומט גייט אראפ פונעם לענדלארד. נישט אזוי?
(אזוי איז עס ווען מען הנדלט מיט גוישע אפארטמענטס)

ניין ביי אונז גייט עס פונעם טענענט, ס'האט זיך לכאו' אנגעהויבן צוליב דעם שטארקן דימענד און קליינעם סופליי, אזוי אז דער לענדלארד איז ידו על העליונה.

איך מיין אז דער בראקער באקומט צוויי מאל… איינמאל פונעם לענדלאר און איינמאל פונעם טענעט. נישט זיכער.

אויב ווערעפייעט מען אז סאז נישט אמת ביטע מעקן מיין תגובה
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

מיין לענדלארד האט גארנישט געצאלט.

די פרייז האט ממש נישט קיין פשט ווען דער טענענט באצאלט, אויב שאפט ער מיר א דירה פאר הונדערט דאלער מער דארף איך צאלן הונדערט דאלער מער? עס וואלט געדארפט זיין פארקערט, אלץ ביליגער די דירה איז אלץ מער צאלט דער טענענט.

וויאזוי ארבעט עס אין ריעל עסטעיט? דארט צאלט אויך דער קונה מער אויב דער פרייז איז טייערער, דהיינו א שוואכערער דיעל?
יאנקאוויטש
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 12:14 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקאוויטש »

און די גויאישע וועלט איז אויך נישט דא קיין כלל, אלעס ווענדט זיך און די מארקעט. אויב די דירה איז געליסטעט פאר טאפ דאלער, האט דער טענענט גענוג אויסוואלן פון דירות אן קיין בראקערעדזש פיס מוז דער לענדלארד עס באצאלן. אויב סאיז געליסטעט ביליגער ווי די מארקעט, קען דער לענדלארד פארלאנגען פונעם טענענט צו באצאלן.

און די היימישע אינדוסטריע וויבאלד סאיז נישט דא קיין סאך דירות אפילו פאר מארקעט רענט, קען די לענדלארד אפארדען צו פארלאנגען פונעם טענענט עס צו באצאלן.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

כ'וואלט געראטן דעם שרייבער אז ער זאל זיך אריינזעצן אין בראוקערס אפיס פאר א חודש 2 און דערנאך זאל ער מיר קומען זאגן צו מ'מאכט דעי פאר טויזענט דאלער פאר כמעט גארנישט טון.

בעסיקלי וואס ער אין זיין מח זעהט איז אז מ'ברויך בלויז אריינלייגן א עד אין דבר יום ביומו פאר $50 און בו ביום רופט איינער און מ'מאכט שדכנות. $50 עקספענסעס און $3000 ריוח...

שעפעלע טייערס, לאמיר לייגן די הוצאות אין א זייט. פראביר דו צו גיין צו דיין נעפיו אז ער זאל קעיר נעמען פון דיר זיכן א טענענט פאר "די איינע" דירה וואס דו האסט און ווען די דירה איז פארדינגען זאג דו מיר צו ס'האצעך דיר געלוינט די גאנצע קאפ וויי אדער דו וואלסט ענדישער געוואלט צאלן דעי פאר אלפים און גוט שבת. און ווער רעדט נאך פון איינער וואס האט מער פון 1 דירה צו פארדינגען? און איינער וואס האט 10 דירות קען זיך רואיגערהייט עפענען א אפיס פאר זיינע נעפיוס פלאס האבן די קא וויי....

דאונט געט מי wראנג. כ'מיין נישט דא צו באהייליגן די בראוקערס, זיי טוען אויך אסאך שגץ שטיק אבער דעי טענה וואס יענער שרייבט אינעם בריוו איז מער שטיתום און ער האט צופעליג נישט אנגעכאפט קיין גוטע פוינט
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

sheetrock האט געשריבן:כ'וואלט געראטן דעם שרייבער אז ער זאל זיך אריינזעצן אין בראוקערס אפיס פאר א חודש 2 און דערנאך זאל ער מיר קומען זאגן צו מ'מאכט דעי פאר טויזענט דאלער פאר כמעט גארנישט טון.

בעסיקלי וואס ער אין זיין מח זעהט איז אז מ'ברויך בלויז אריינלייגן א עד אין דבר יום ביומו פאר $50 און בו ביום רופט איינער און מ'מאכט שדכנות. $50 עקספענסעס און $3000 ריוח...

שעפעלע טייערס, לאמיר לייגן די הוצאות אין א זייט. פראביר דו צו גיין צו דיין נעפיו אז ער זאל קעיר נעמען פון דיר זיכן א טענענט פאר "די איינע" דירה וואס דו האסט און ווען די דירה איז פארדינגען זאג דו מיר צו ס'האצעך דיר געלוינט די גאנצע קאפ וויי אדער דו וואלסט ענדישער געוואלט צאלן דעי פאר אלפים און גוט שבת. און ווער רעדט נאך פון איינער וואס האט מער פון 1 דירה צו פארדינגען? און איינער וואס האט 10 דירות קען זיך רואיגערהייט עפענען א אפיס פאר זיינע נעפיוס פלאס האבן די קא וויי....

דאונט געט מי wראנג. כ'מיין נישט דא צו באהייליגן די בראוקערס, זיי טוען אויך אסאך שגץ שטיק אבער דעי טענה וואס יענער שרייבט אינעם בריוו איז מער שטיתום און ער האט צופעליג נישט אנגעכאפט קיין גוטע פוינט

איך זיך נישט צו נעמען אן אקטיוון טייל אין די דעבאטע זינט איך האב עס נאר נאכגעברענגט, דאך וויל איך עס מער מסביר זיין, דהיינו דאס איז זיכער אז דער בראוקער נעמט אראפ אסאך קאפ ווייטאג, און און פארדעם דארף ער ווערן באצאלט, אבער וועמענ'ס קאפ ווייטאג נעמט ער אוועק, דעם טענענט'ס אדער דעם לענדלארד'ס? אוודאי דעם לענדלארד'ס, טא ווי איז יושר אז דער טענענט זאל דארפן באצאלן א חודש רענט צו שפארן יענעמ'ס קאפ ווייטאג?
@שיטראק כמיין די האסט צו דעם מכוון געוועזן, ניין?
!Vox Populi, Vox Dei
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

די ווארט יושר איז שוין לאנג געשטארבען און גייט נישט ציזאצען מיט די ווארט housing אין Brooklyn... נישט פאר די בראקער און נישט בכלל אין די housing דיקשענערי פין די סיטי...

לא עת להרחיב, אבער כ׳וואלט געזאגט אז די מידעל age מענטשען זענען די וואס דארפן זיך נעמען אין די הענט אריין אין מויפען צי די נייע געגענטער ווייל די מויפען רעיט צי די נייע געגענטער גייט זייער שוואך סיי אין ב״פ און סיי אין וויליאמסבורג. די מידעל age קענען האבן אויף זיך די זכות פין פשוט ראטעווען זייערע אייגענע קינדער.

ס׳איז א בושה נוראה ווי אזוי די דירות אין די סיטי קוקען אויס. בעת וואס די מידעל age האבן רעלעטיוו נארמאלע דירות. חסה על בניכם. נעמטס א זכות פאר ענקערע קינדער און אייניקלאך. נישט צי גלייבן ווי אונז זעמיר אין אייגען געמאכטע געטא ווען די מלכות האט אונז צי דעם נישט געצווינגען. כ׳ווייס פאר איינער וואס וואוינט אין סיטי איז אפשר שוער צי פארשטיין וואס איך רעד מען איז נעבעך געווארן צי געוואינט צי לעבן ציקוועטשט... אין צאלן אימדערהערטע פרייזן. משיח now...
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:כ'וואלט געראטן דעם שרייבער אז ער זאל זיך אריינזעצן אין בראוקערס אפיס פאר א חודש 2 און דערנאך זאל ער מיר קומען זאגן צו מ'מאכט דעי פאר טויזענט דאלער פאר כמעט גארנישט טון.

בעסיקלי וואס ער אין זיין מח זעהט איז אז מ'ברויך בלויז אריינלייגן א עד אין דבר יום ביומו פאר $50 און בו ביום רופט איינער און מ'מאכט שדכנות. $50 עקספענסעס און $3000 ריוח...

שעפעלע טייערס, לאמיר לייגן די הוצאות אין א זייט. פראביר דו צו גיין צו דיין נעפיו אז ער זאל קעיר נעמען פון דיר זיכן א טענענט פאר "די איינע" דירה וואס דו האסט און ווען די דירה איז פארדינגען זאג דו מיר צו ס'האצעך דיר געלוינט די גאנצע קאפ וויי אדער דו וואלסט ענדישער געוואלט צאלן דעי פאר אלפים און גוט שבת. און ווער רעדט נאך פון איינער וואס האט מער פון 1 דירה צו פארדינגען? און איינער וואס האט 10 דירות קען זיך רואיגערהייט עפענען א אפיס פאר זיינע נעפיוס פלאס האבן די קא וויי....

דאונט געט מי wראנג. כ'מיין נישט דא צו באהייליגן די בראוקערס, זיי טוען אויך אסאך שגץ שטיק אבער דעי טענה וואס יענער שרייבט אינעם בריוו איז מער שטיתום און ער האט צופעליג נישט אנגעכאפט קיין גוטע פוינט

איך זיך נישט צו נעמען אן אקטיוון טייל אין די דעבאטע זינט איך האב עס נאר נאכגעברענגט, דאך וויל איך עס מער מסביר זיין, דהיינו דאס איז זיכער אז דער בראוקער נעמט אראפ אסאך קאפ ווייטאג, און און פארדעם דארף ער ווערן באצאלט, אבער וועמענ'ס קאפ ווייטאג נעמט ער אוועק, דעם טענענט'ס אדער דעם לענדלארד'ס? אוודאי דעם לענדלארד'ס, טא ווי איז יושר אז דער טענענט זאל דארפן באצאלן א חודש רענט צו שפארן יענעמ'ס קאפ ווייטאג?
@שיטראק כמיין די האסט צו דעם מכוון געוועזן, ניין?

און וואס איז זיין עצה דערפאר? (ליין איבער דיין לעצטע לאנגע שטיקל)
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:דאס איז זיכער אז דער בראוקער נעמט אראפ אסאך קאפ ווייטאג, און פארדעם דארף ער ווערן באצאלט, אבער וועמענ'ס קאפ ווייטאג נעמט ער אוועק, דעם טענענט'ס אדער דעם לענדלארד'ס? אוודאי דעם לענדלארד'ס, טא ווי איז יושר אז דער טענענט זאל דארפן באצאלן א חודש רענט צו שפארן יענעמ'ס קאפ ווייטאג?

זייער גוט און ווייטאגלעך געזאגט.
אליעזר קרויס האט גערעדט וועגן דעם לעצטע וואך און פיין מסביר געווען: ווייל זיי קענען! דאס איז עס. וועם עס געפעלט נישט זאל אוועק מאפן. עכ"ל.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3160692
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ליידער נישט דא קיין שום עצה.

די לענדלארד׳ס און בראקערס אין די סיטי (ב״פ און וויליאמסבורג) פוהלן זיך אזוי פארזיכערט צי האבן א טענענט, אין די צייט וואס א יעדע דירה אין סיטי איז דא צענדליגע מענשטן וואס ווילן עס. און יעדע דירה איז א דיימאנט במלאו מיבן המילה...

פוהלן זיך די לענדלארדס אין בראקערס ווי צדיקים פארן נישט בעהטן מיט אפאר הינדרעט צי טויזענט דאלער מער פער חודש פאר רענט אדער פאר בראקרידזש. איז ווי איז שייך דאס צי פיקסען?
zurich
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

אליעזר קרויס האט גערעד דערפון לעצטענס
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

די זאך אז אין די היימישע געגענטער מוז די טענענט באצאלן די בראקערידש איז א רשעות שאין כדוגמתו!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

טאקע, כ'האב קיינמאל געכאפט ווי נאראניש דאס איז! איך זאל צאלן ווען די צווייטע באשטעלט אים??
מאדנע און חוצפה עד אין שיעור!!!!

איך האלט אז מען קען דייקא 'יא' מאכט א וויי געשריי און אפשר אויפטון
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

לעצטענס האט מיינס א משפחה געטראפן א דירה אין וויליאמסבורג דורך זיינס א באקאנטער וואס האט געמאכט דארט די עלעקטעריק, דער לענדלארד האט באצווינגן דער טענענט צו באצאלן בראקערידש פאר זיין בראוקער וואס ער האט געמאכט עקסקלוסיוו פאר די דירה, די עכטע בראוקער (די עלעקטערישען) האט באקומען א שטויס! מ׳רייט אויף אונזער ציבור אין דער עולם לאזט זיך ווי שעפעלעך!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

פוילער האט געשריבן:די זאך אז אין די היימישע געגענטער מוז די טענענט באצאלן די בראקערידש איז א רשעות שאין כדוגמתו!

אויף וועם איז די רשעות ?
אויף די ציבור וואס האט קריעדעד די דימענד פאר דירות ?
אפי אין די גויאישע וועלט אין א געגנט וואס די דימענד איז אפי נאר א האלב ווי סאיז אין וויליאמסבורג אדער אויב סאיז דא א גאווערמענט רעגולירטע אפארטמענט פאר ווייניגער ווי די מארקעט פרייז און צוליב דעם א דימענד, דאן צאלט אויך די טענענט
סא דיין סטעיטמענט איז פאני ווער איז די רשע דא?
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

rutledge האט געשריבן:

ח״ו אנצוריפן א איד א רשע.

דעס אז טענעטס דארפן באצאלן די בראקערעדש פי איז א רשעות (רוף עס וויאזוי די ווילסט), פינטל.

פוילער האט געשריבן:

מצד וועם ?

דער בראוקער און דשענערעל איז א סערוויס פארן לענלארד נישט פארן טענענט.
לעצט פארראכטן דורך פוילער אום דינסטאג יאנואר 18, 2022 7:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

rutledge האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:די זאך אז אין די היימישע געגענטער מוז די טענענט באצאלן די בראקערידש איז א רשעות שאין כדוגמתו!

אויף וועם איז די רשעות ?
אויף די ציבור וואס האט קריעדעד די דימענד פאר דירות ?
אפי אין די גויאישע וועלט אין א געגנט וואס די דימענד איז אפי נאר א האלב ווי סאיז אין וויליאמסבורג אדער אויב סאיז דא א גאווערמענט רעגולירטע אפארטמענט פאר ווייניגער ווי די מארקעט פרייז און צוליב דעם א דימענד, דאן צאלט אויך די טענענט
סא דיין סטעיטמענט איז פאני ווער איז די רשע דא?

ח״ו אנצוריפן א איד א רשע.

דעס אז טענעטס דארפן באצאלן די בראקערעדש פי איז א רשעות (רוף עס וויאזוי די ווילסט), פינטל.

מצד וועם ?

בפשטות מצד דעם לענלארד, זיי האבן אוועקגעשטעלט די סטאנדארט.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

rutledge האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:די זאך אז אין די היימישע געגענטער מוז די טענענט באצאלן די בראקערידש איז א רשעות שאין כדוגמתו!

אויף וועם איז די רשעות ?
אויף די ציבור וואס האט קריעדעד די דימענד פאר דירות ?
אפי אין די גויאישע וועלט אין א געגנט וואס די דימענד איז אפי נאר א האלב ווי סאיז אין וויליאמסבורג אדער אויב סאיז דא א גאווערמענט רעגולירטע אפארטמענט פאר ווייניגער ווי די מארקעט פרייז און צוליב דעם א דימענד, דאן צאלט אויך די טענענט
סא דיין סטעיטמענט איז פאני ווער איז די רשע דא?

ח״ו אנצוריפן א איד א רשע.

דעס אז טענעטס דארפן באצאלן די בראקערעדש פי איז א רשעות (רוף עס וויאזוי די ווילסט), פינטל.

מצד וועם ?

מצד די וויליאמסבורגע אידן וואס באצאלן פאר א בראקער זיי צו ברענגן א רענטל אין דעם קריזיס ווי עלטערן ווייסן נישט א חודש פארן חתונה צי סאיז דא א דירה ?
מצד די בראקער וואס האט סעלעקטעד איינעם ביז די לענדלארד האט אפראווד ?
מצד די לענדלארד וואס האט נישט קיין געדולד צו ווייזן דעם אפארטמענט וואס נעמט שעות ביז מטרעפט איינעם וואס מגלייכט, אין זיין ביזי מיטן ליעס ?
זיי ביטע מסביר ווי רשעות קען זיך דא זעצן
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

פוילער האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:די זאך אז אין די היימישע געגענטער מוז די טענענט באצאלן די בראקערידש איז א רשעות שאין כדוגמתו!

אויף וועם איז די רשעות ?
אויף די ציבור וואס האט קריעדעד די דימענד פאר דירות ?
אפי אין די גויאישע וועלט אין א געגנט וואס די דימענד איז אפי נאר א האלב ווי סאיז אין וויליאמסבורג אדער אויב סאיז דא א גאווערמענט רעגולירטע אפארטמענט פאר ווייניגער ווי די מארקעט פרייז און צוליב דעם א דימענד, דאן צאלט אויך די טענענט
סא דיין סטעיטמענט איז פאני ווער איז די רשע דא?

ח״ו אנצוריפן א איד א רשע.

דעס אז טענעטס דארפן באצאלן די בראקערעדש פי איז א רשעות (רוף עס וויאזוי די ווילסט), פינטל.

מצד וועם ?

בפשטות מצד דעם לענלארד, זיי האבן אוועקגעשטעלט די סטאנדארט.

נישט אמת א איד האט א טאכטער וואס האט חתונה אין 6 וואכן, שוין איבערגעדרייט די שטאט אין נישט געפונען א דירה
גייט ער צי א בראקער און זאגט עם דא האסטי צווי און א האלב טויזנט דאלאר ברענג מיר א דירה ביטע
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

rutledge האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:אויף וועם איז די רשעות ?
אויף די ציבור וואס האט קריעדעד די דימענד פאר דירות ?
אפי אין די גויאישע וועלט אין א געגנט וואס די דימענד איז אפי נאר א האלב ווי סאיז אין וויליאמסבורג אדער אויב סאיז דא א גאווערמענט רעגולירטע אפארטמענט פאר ווייניגער ווי די מארקעט פרייז און צוליב דעם א דימענד, דאן צאלט אויך די טענענט
סא דיין סטעיטמענט איז פאני ווער איז די רשע דא?

ח״ו אנצוריפן א איד א רשע.

דעס אז טענעטס דארפן באצאלן די בראקערעדש פי איז א רשעות (רוף עס וויאזוי די ווילסט), פינטל.

מצד וועם ?

בפשטות מצד דעם לענלארד, זיי האבן אוועקגעשטעלט די סטאנדארט.

נישט אמת א איד האט א טאכטער וואס האט חתונה אין 6 וואכן, שוין איבערגעדרייט די שטאט אין נישט געפונען א דירה
גייט ער צי א בראקער און זאגט עם דא האסטי צווי און א האלב טויזנט דאלאר ברענג מיר א דירה ביטע

רוב מאל איז דער לענלארד וואס באשטעלט דעם בראוקער.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”