הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
פארוואס ביים פארקויפן צאלט יא דער סעלער די בראקערעדש?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
איך קען נישט מער ווי מיטשרייען… עס איז א עוולה נוראה!!
אין די גוישע מארקעט צאלט אלץ די לענדלארד פלאס היינט צוטאגס, צוליב די איבערפלוס פון רענטעלס באקומען די טענענטס ריזיגע קאנסעשאנס.
אונז היימישע, פרייען זיך ווי זכר בונדלעך ווען מ׳טרעפט שוין פיינעלי עפעס א דירה און די לענדלארדס נעמען עדווענטידזש פון די מאנגל.
לעניות דעתי זענען די בראוקערס נישט אזוי שולדיג. שולדיג זענען לענדלארדס.

אני הוא הנער, נער המדבר
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
פוילער האט געשריבן:rutledge האט געשריבן:פוילער האט געשריבן:rutledge האט געשריבן:פוילער האט געשריבן:ח״ו אנצוריפן א איד א רשע.
דעס אז טענעטס דארפן באצאלן די בראקערעדש פי איז א רשעות (רוף עס וויאזוי די ווילסט), פינטל.
מצד וועם ?
בפשטות מצד דעם לענלארד, זיי האבן אוועקגעשטעלט די סטאנדארט.
נישט אמת א איד האט א טאכטער וואס האט חתונה אין 6 וואכן, שוין איבערגעדרייט די שטאט אין נישט געפונען א דירה
גייט ער צי א בראקער און זאגט עם דא האסטי צווי און א האלב טויזנט דאלאר ברענג מיר א דירה ביטע
רוב מאל איז דער לענלארד וואס באשטעלט דעם בראוקער.
פאר זייער א פשוטע סיבה היות סידא א קריזיס רייסט מען אים אראפ דעם אויער מיז ער מאכן סדר: רעדט צו דעם בראקער
ומשום איזה סיבה זאל ער צאלן פאר די וויליאמסבורגע פאבריצירטע קריזיס ?
אויב די ווילסט איינפירן נא בראקער פי רעכן אז אלע רענטס הייבן זיך דעיס צו מעטשן
אז די גייסט לייגן נייע אויסגאבן אויף די לענדלארד גייט זיך עס קאווערן מיט א שמוץ אריבער
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
rutledge האט געשריבן:פוילער האט געשריבן:rutledge האט געשריבן:פוילער האט געשריבן:rutledge האט געשריבן:אויף וועם איז די רשעות ?
אויף די ציבור וואס האט קריעדעד די דימענד פאר דירות ?
אפי אין די גויאישע וועלט אין א געגנט וואס די דימענד איז אפי נאר א האלב ווי סאיז אין וויליאמסבורג אדער אויב סאיז דא א גאווערמענט רעגולירטע אפארטמענט פאר ווייניגער ווי די מארקעט פרייז און צוליב דעם א דימענד, דאן צאלט אויך די טענענט
סא דיין סטעיטמענט איז פאני ווער איז די רשע דא?
ח״ו אנצוריפן א איד א רשע.
דעס אז טענעטס דארפן באצאלן די בראקערעדש פי איז א רשעות (רוף עס וויאזוי די ווילסט), פינטל.
מצד וועם ?
בפשטות מצד דעם לענלארד, זיי האבן אוועקגעשטעלט די סטאנדארט.
נישט אמת א איד האט א טאכטער וואס האט חתונה אין 6 וואכן, שוין איבערגעדרייט די שטאט אין נישט געפונען א דירה
גייט ער צי א בראקער און זאגט עם דא האסטי צווי און א האלב טויזנט דאלאר ברענג מיר א דירה ביטע
קען זיין אז דו האסט דאס טאקע געטוהן אבער די מארקעט ארבעט בכלל נישט אזוי.
ווען דו באקומסט א דירה וואס איז געווען עדווערטייזד דארפסטו צאלן פאר בראוקער. דאס איז ממש אומדערהערט אין די אלגעמיינע רענטאל אינדוסטרי.
אני הוא הנער, נער המדבר
-
- שר מאה
- תגובות: 237
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 12:14 pm
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
גראדע דאכט זיך מיר אז סאיז שוין נישט לעגאל צו פארלאנגען פונעם טענענט צו באצאלן די בראקער אויב די לענדלארד האט אים געשטעלט עקסקלוסיוו זינט די נייע 2019 געזעץ.
אבער די בראקערס גיבן זיך א עצה, משרייבט אויף יעדע אימעיל אז מען איז א dual בראקער און משה פרעג מיך אפ.
אבער די בראקערס גיבן זיך א עצה, משרייבט אויף יעדע אימעיל אז מען איז א dual בראקער און משה פרעג מיך אפ.
-
- שר מאה
- תגובות: 237
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 12:14 pm
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
פוילער האט געשריבן:פארוואס ביים פארקויפן צאלט יא דער סעלער די בראקערעדש?
גיי פרעג דיך נאך און די היימישע מארקעט ווער ס באצאלט עס. כמיין די האסט א טעות.
און אז די פרעגסט שוין, פרעג אויך ווער ס באצאלט פאר די קאנדא בוק, טרענספער טענקס, ועוד...
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
rutledge האט געשריבן:אויב די ווילסט איינפירן נא בראקער פי רעכן אז אלע רענטס הייבן זיך דעיס צו מעטשן
אז די גייסט לייגן נייע אויסגאבן אויף די לענדלארד גייט זיך עס קאווערן מיט א שמוץ אריבער
און ווער מיינסטו הייבט די רענט?
די בראקערס וואס ליגן אין די מארקעט וואס דאס איז דאך זייער דזשאב, שמעקן די מארקעט כסדר און רעדן צו די לענדלארס ארויף צו גיין מיט די רענט מער ווי זיי האבן זיך געראכטן צו בעטן, פרעג זיך נאך (אויב דו ווילסט... )
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
יאנקאוויטש האט געשריבן:גראדע דאכט זיך מיר אז סאיז שוין נישט לעגאל צו פארלאנגען פונעם טענענט צו באצאלן די בראקער אויב די לענדלארד האט אים געשטעלט עקסקלוסיוו זינט די נייע 2019 געזעץ.
אבער די בראקערס גיבן זיך א עצה, משרייבט אויף יעדע אימעיל אז מען איז א dual בראקער און משה פרעג מיך אפ.
די געזעץ איז נאר פאר סטעבילייזעד בילדינגס
די לענדלארד לייגט נישט אריין קיין דאלער,[נישט ווי ביי די גוים] און פארלירט נישט קיין טאג רענט ווייל מען נעמט עס גלייך [נישט ווי ביי די גוים] און בעט טאפ דאלאר [נישט ווי ביי די גוים וואס די דירה דארף זיין אין טאפ קאנדישאן צו באקימען טאפ דאלער] זאל ער מוחל זיין און צאלן בראקערידז אויב וויל "ער" סעיווען די העדעיק פון אדוועטייזען
#קאמאן סענס
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
פוילער האט געשריבן:דער בראוקער און דשענערעל איז א סערוויס פארן לענלארד נישט פארן טענענט.
די ענטפער איז פשוט. טענענטס זענען דא גענוג, דירות נישט. דער בראוקער ארבעט טאקע פארן לענדלארד, אבער וועמען סערוויסט ער? ביידע! אויב אזוי פארוואס צאלט נאר דער טענענט? ווייל ער דארף עס וויכטיגער.
דער פותח האשכול האט אויך אויסגעלאזט אז דער בראוקער דארף יעדע נאכט אראפגיין מיט טענענטס ווייזן די דירה, אמאל קען זיך עס ציען פאר עטליכע וואכן. ס'איז נישט בלויז ענטפערן און טעקסטן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
-
- שר מאה
- תגובות: 237
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 12:14 pm
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
קאכעדיגע האט געשריבן:יאנקאוויטש האט געשריבן:גראדע דאכט זיך מיר אז סאיז שוין נישט לעגאל צו פארלאנגען פונעם טענענט צו באצאלן די בראקער אויב די לענדלארד האט אים געשטעלט עקסקלוסיוו זינט די נייע 2019 געזעץ.
אבער די בראקערס גיבן זיך א עצה, משרייבט אויף יעדע אימעיל אז מען איז א dual בראקער און משה פרעג מיך אפ.
די געזעץ איז נאר פאר סטעבילייזעד בילדינגס
די לענדלארד לייגט נישט אריין קיין דאלער,[נישט ווי ביי די גוים] און פארלירט נישט קיין טאג רענט ווייל מען נעמט עס גלייך [נישט ווי ביי די גוים] און בעט טאפ דאלאר [נישט ווי ביי די גוים וואס די דירה דארף זיין אין טאפ קאנדישאן צו באקימען טאפ דאלער] זאל ער מוחל זיין און צאלן בראקערידז אויב וויל "ער" סעיווען די העדעיק פון אדוועטייזען
#קאמאן סענס
איך בין בכלל נישט אריין און די שכל דערפון, נאר געשריבן א זייטיגע קרישקעלע.
די רעגולאציע איז נישטא קיין חילוק פון רענט סטעבעלייזד/פרי מארקעט. איין טעות האב איך יא געמאכט,זייט די קארט האט גערולט אקעגן די דעפארטמענט אוף סטעיטס אויסטייטשונג און די 2019 געזעץ, איז עס שוין צוריק לעגאל.
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
יצחק אייזיק האט געשריבן:די ענטפער איז פשוט. טענענטס זענען דא גענוג, דירות נישט. דער בראוקער ארבעט טאקע פארן לענדלארד, אבער וועמען סערוויסט ער? ביידע! אויב אזוי פארוואס צאלט נאר דער טענענט? ווייל ער דארף עס וויכטיגער.
דער פותח האשכול האט אויך אויסגעלאזט אז דער בראוקער דארף יעדע נאכט אראפגיין מיט טענענטס ווייזן די דירה, אמאל קען זיך עס ציען פאר עטליכע וואכן. ס'איז נישט בלויז ענטפערן און טעקסטן.
נישט אמת, ער סערווירט גארנישט פאר'ן טענענט. ער ברענגט -0- צום טיש. דער איינציגסטע וואס פארדינט איז די ל"ל וואס שפארט זיך איין ענטפערן קאלס, ווייזן די דירה, און די עדווערטייזינג קאסט.
שוין אפגערעדט פון די וואס ליסטן אין די זעלבע פאפיר דירות וואס זענען שוין געליסטעד דארט דורכ'ן ל"ל! דאס איז צידקות צו די נעקסט לעוועל.
נאר א בראוקער וועט נישט פארשטיין כל זה... א ל"ל קען יא פארשטיין אבער וואס גייט אים אן אז די טענענט זאל צאלן $2,000, דער עיקר אז ער האט געשפארט $20 פאר די עד.
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
איך בין געגאנגען קוקן א דירה די וואך אין וויליאמסבורג, א ברענד ניו בילדונג, עס איז געווען אן אפען-הויז פאר צוויי דריי שעה, די בראוקער טוט "גארנישט", זיצט אין איין אפארטמענט און לאזט דעם עולם גיין קוקן, נעמט אפליקעישאן'ס, וזהו, אזאלעכע דירות זענען בכלל נישט קיין קאפווייטאג צו פארדינגען, פארוואס קומט זיך אים דריי אהאלב? און הערשט האב איך געהערט אז עס איז געווען פאליטיק וועגן די פרייזן, און לכתחילה האט עס געהייסן עס גייט זיין ביליגער, אפשר דער בראוקער האט עס טאקע ארויפגעריקט? Who knows?
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6224
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
Who knows האט געשריבן:איך בין געגאנגען קוקן א דירה די וואך אין וויליאמסבורג, א ברענד ניו בילדונג, עס איז געווען אן אפען-הויז פאר צוויי דריי שעה, די בראוקער טוט "גארנישט", זיצט אין איין אפארטמענט און לאזט דעם עולם גיין קוקן, נעמט אפליקעישאן'ס, וזהו, אזאלעכע דירות זענען בכלל נישט קיין קאפווייטאג צו פארדינגען, פארוואס קומט זיך אים דריי אהאלב? און הערשט האב איך געהערט אז עס איז געווען פאליטיק וועגן די פרייזן, און לכתחילה האט עס געהייסן עס גייט זיין ביליגער, אפשר דער בראוקער האט עס טאקע ארויפגעריקט? Who knows?
א שאד די מדובר - לויפטס ארוס פון שטאט!
ווילאנג די דימענד איז אין הימל וועט קיין שום ויצעקו נישט העלפן...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
- קרית יואל פלייש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3706
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
קלמן יאסעלע האט געשריבן:קאנסאלטענט האט געשריבן:די חודש רענט וואס די בראוקער באקומט גייט אראפ פונעם לענדלארד. נישט אזוי?
(אזוי איז עס ווען מען הנדלט מיט גוישע אפארטמענטס)
ניין ביי אונז גייט עס פונעם טענענט, ס'האט זיך לכאו' אנגעהויבן צוליב דעם שטארקן דימענד און קליינעם סופליי, אזוי אז דער לענדלארד איז ידו על העליונה.
נישט אלע נעמען פון די טענענט!!
כ'קען עטליכע היימישע רענטעל בראקערס וואס נעמען פון די לענדלארד און זיי באקומען די ערשטע חודש רענט
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
יאנקאוויטש האט געשריבן:פוילער האט געשריבן:פארוואס ביים פארקויפן צאלט יא דער סעלער די בראקערעדש?
גיי פרעג דיך נאך און די היימישע מארקעט ווער ס באצאלט עס. כמיין די האסט א טעות.
און אז די פרעגסט שוין, פרעג אויך ווער ס באצאלט פאר די קאנדא בוק, טרענספער טענקס, ועוד...
שוין געפרעגט א צייט צירוק, די סעלער צאלט.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
- קרית יואל פלייש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3706
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
וואס איז פשט אז רוב ברוקערס ווילן ענדערש נעמען געלט פון די טענענטס??
וואס איז זיי א נפק"מ?
וואס איז זיי א נפק"מ?
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
י
פיין! מסכים אז דער טענענט באצאלט.
אבער אין אזא הייסע מארקעט וואו ס'איז בכלל נישט שווער צו טרעפן א טענענט, נאר זייער זייער גרינג, והא ראי' די פרייזן שפרינגען אזוי הויך, ארבעט נישט דער בראוקער אזוי שווער אז ער זאל דארפן פארדינען 3500, עס וואלט איבער גענוג געווען פאר זיין ארבעט צען צוואנציג פראצענט דערפון, למשל $500 א דירה.
יצחק אייזיק האט געשריבן:די ענטפער איז פשוט. טענענטס זענען דא גענוג, דירות נישט. דער בראוקער ארבעט טאקע פארן לענדלארד, אבער וועמען סערוויסט ער? ביידע! אויב אזוי פארוואס צאלט נאר דער טענענט? ווייל ער דארף עס וויכטיגער.
פיין! מסכים אז דער טענענט באצאלט.
אבער אין אזא הייסע מארקעט וואו ס'איז בכלל נישט שווער צו טרעפן א טענענט, נאר זייער זייער גרינג, והא ראי' די פרייזן שפרינגען אזוי הויך, ארבעט נישט דער בראוקער אזוי שווער אז ער זאל דארפן פארדינען 3500, עס וואלט איבער גענוג געווען פאר זיין ארבעט צען צוואנציג פראצענט דערפון, למשל $500 א דירה.
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
אז מען רעדט שוין פון דירות בראקערס
איך האב געהאט א מעשה ווען איך האב געדינגען א דירה בערך 10 יאר צוריק,
בין איך געווען ביים בראקער אין אפיס צו סיינען די ליעס, נאכן סיינען זאגט ער מיר די לענדלארד האט א אפיס אים די נעקסטע בילדינג לאמיר שוין גיין צוזאמען אויך צו אים סיינען,
גיין מיר אריבער די ליעס איז שוין געסיינט ביי מיר און ביי די בראקער נאר די לענדלארד נאכנישט און די בראקער שעמט זיך ניטאמאל און אין פראנט פון מיר פרעגט ער די לענדלארד פארוואס בעטסטו אזוי ביליג רינט, גארנישט ביליג פרק בימים ההם
א מין חוצפה פון א בראקער האסט נישט בעסער וואס צו טוהן נאר אין פראנט פון מיר דאס צו פרעגן?!
די בראקער'ס זענען דער וואס זענען שילדיג אין די דירות פרייזן

צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
קרית יואל פלייש האט געשריבן:וואס איז פשט אז רוב ברוקערס ווילן ענדערש נעמען געלט פון די טענענטס??
וואס איז זיי א נפק"מ?
ווייל די לענדלארדס וואלטן זיי נישט באצאלט. איינער מיט איינס צוויי דירות, קען דאס אליין טון. איינער מיט מער דירות וואלט געהייערט איינעם פריוואט פאר אסאך ווייניגער געלט און באצאלט פער חודש.
אבער אז ס'איז דא אזא אפציע פון באקומען א בראוקער וואס דער טענענט באצאלט, פארוואס זאלן זיי עס נישט טון אזוי.
גראדע, רוב לענדלארדס מיט אסאך דירות האבן זיך זייערע בראוקערס וואס זיי צאלן יא צו פאר די ארבעט. בעיקר פאר קלענערע דירות וואס די טענענטס צאלן נישט קיין סאך, אפערן לענדלארדס צו צאלן האלב אדער מער אויב דער בראוקער מאכט א גוטן דזשאב.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
עס לוינט דורך צו ליינען די בראשור וואס איז יעצט ארויסגעקומען אין קרית יואל ווי עס ווערט אדערסירט די גאנצע נושא פון רענטלס, וואס צווישן אנדערע שטייט טאקע אז מען וועט בעטן 700 דאלאר א דירה, אפשר דארף מען טאקע דאס נאכמאכן איבעראל.
https://www.dropbox.com/s/banguycg1lxee ... F.pdf?dl=0
https://www.dropbox.com/s/banguycg1lxee ... F.pdf?dl=0
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
קאץ און מויז האט געשריבן:די בראקער'ס זענען דער וואס זענען שילדיג אין די דירות פרייזן
וכן להיפוך.
רוב לענדלארדס וואס האבן דירות, זוכן צו בעטן די מאקסימום און מיט א שמוץ אריבער. ער ווייסט ער גייט זיצן מיט דעם טעטענט פאר יארן, און ער איז גרייט צו לאזן זיין דירה ליידיג פאר 2 חדשים אבער צום סוף באקומען מער חודש'לעך.
א קלוגער בראוקער זאגט פארן בעה"ב רבי איד, אויב ווילסטו פארדינגען דיין דירה לאז אראפ די פרייז. פארוואס זאגט ער עס? ווייל ער וויל ס'זאל גיין שנעלער.
דירות קענען זיצן פאר חדשים צוליב די טייערע פרייז וואס דער לענדלארד בעט, פארן בראוקער לוינט זיך צו מאכן 200 ווייניגער אבער ער זאל עס באקומען וואס שנעלער ווי איידער זיין ביזי מיט די דירה פאר חדשים.
נישט אלע טענענטס זאגן גראד ניין פאר א טייערע דירה נאר זיי ווילן עס זען, נאכן זען מאכט ער אפ אז ס'איז טאקע צו טייער קעגן וויאזוי ס'קוקט אויס. אזוי קען זיך עס שלעפן לאנגע וואכן און חדשים. דאס מיינט אז דער בראוקער ארבעט 8 מאל אזוי שווער פאר די טייערע דירה.
פארן (קלוגן) בראוקער לוינט זיך אראפצולאזן אביסל און מאכן א שנעלן דאלער. דאס איז מעשים בכל יום.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
פוילער האט געשריבן:יאנקאוויטש האט געשריבן:פוילער האט געשריבן:פארוואס ביים פארקויפן צאלט יא דער סעלער די בראקערעדש?
גיי פרעג דיך נאך און די היימישע מארקעט ווער ס באצאלט עס. כמיין די האסט א טעות.
און אז די פרעגסט שוין, פרעג אויך ווער ס באצאלט פאר די קאנדא בוק, טרענספער טענקס, ועוד...
שוין געפרעגט א צייט צירוק, די סעלער צאלט.
היינט איז עס אין אסאך היימישע געגנטער צוטיילט צווישן ביידע.
ס'מאכט גראדע סענס אז דער וואס מאכט די געלט זאל צאלן, אזוי איז דרך העולם, אבער היות ס'איז דא מער וואס ווילן קויפן ווי פארקויפן צאלט דער קויפער זיין האלב. ביי קאנדאוס איז עס יש ויש, ווענד זיך ווי גוט ס'גייט...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
- יצחק אייזיק
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
בניהו האט געשריבן:איך קען נישט מער ווי מיטשרייען… עס איז א עוולה נוראה!!
אין די גוישע מארקעט צאלט אלץ די לענדלארד פלאס היינט צוטאגס, צוליב די איבערפלוס פון רענטעלס באקומען די טענענטס ריזיגע קאנסעשאנס.
אונז היימישע, פרייען זיך ווי זכר בונדלעך ווען מ׳טרעפט שוין פיינעלי עפעס א דירה און די לענדלארדס נעמען עדווענטידזש פון די מאנגל.
לעניות דעתי זענען די בראוקערס נישט אזוי שולדיג. שולדיג זענען לענדלארדס.
ביסט זייער קלאר מסביר די סיבה. אין א פלאץ וואו ס'איז דא מער דירות ליידיג דארף דער לענדלארד צאלן, אויב ס'איז פארקערט צאלט דער טענענט. דער וואס טרעפט די מציאה דער צאלט.
אויב זאל זיין א מאנגל אין מילך, גייט דער קונה צאלן מער פאר מילך, אויב איז דא אן איבערפלוס פון קאמפעניס וועלן די קאמפעניס צאלן מער פאר מארקעטינג אז מ'זאל קויפן זייער פראדוקט.
דאס איז דער דרך העולם. די עוולה איז אז ס'איז דא א דירות קריזיס און דער עולם בלייבט זיצן וואו מ'איז ווייל ס'איז ב"ה דא וועמען צו בלעימען.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
יצחק ברוך האט געשריבן:rutledge האט געשריבן:אויב די ווילסט איינפירן נא בראקער פי רעכן אז אלע רענטס הייבן זיך דעיס צו מעטשן
אז די גייסט לייגן נייע אויסגאבן אויף די לענדלארד גייט זיך עס קאווערן מיט א שמוץ אריבער
און ווער מיינסטו הייבט די רענט?
די בראקערס וואס ליגן אין די מארקעט וואס דאס איז דאך זייער דזשאב, שמעקן די מארקעט כסדר און רעדן צו די לענדלארס ארויף צו גיין מיט די רענט מער ווי זיי האבן זיך געראכטן צו בעטן, פרעג זיך נאך (אויב דו ווילסט... )
שמעקן די מארקעט…
עקזעקטלי ווען מזעהט אז די מארקעט צאלט מער זאג איך דעם לענדלארד הייב די פרייז דעיס איז סימפל ביזנעס
- קאנטרי מאוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2154
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
- לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,
Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)
נישט ריכטיג, אויב דער טענענט צאלט ווייל ער האט נישט קיין ברירה איז אין אידיש אפגעטייטש לסטים מזיון בא.