הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

winner האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
winner האט געשריבן:אבער א איד מוז וואינען נעבן זיין טאטע מאמע שווער שוויגער, וכו' וכו'

:lol: :lol: :lol:

אריין אין 'וואו איז די מקור' אשכול...

לאמיר זיך נישט פאפן,
באמת האבן די טענענטס א שטערקערע כח,
די לענדלאר מוז אסאך מער צוקומען אז איינער זאל וואינען אין זיין דירה, ער קען זיך נישט ערלויבן צו שטיין ליידיג מיט זיין דירה, און ער איז דאך אויך געצוווינגען צו נעמען א איד,
טא אויב אזוי שטעלט זיך די קשיא פארוואס נעמען זיך נישט צאם די טענענטס און באשליסן "בלא", אונז צאל מיר נישט אסטארנאמישע סכומים?
די תירוץ איז אז קיינער האט זיי עס נישט אויסגעזאגט, ווען זיי ווייסן ווען זייער כח וואלטן זיי איין צוויי איבערגעדרייט די מארקעט,

טענענטס זאלן זיך צאמנעמען... איך הער...

שטייט דא א דירה, זעכצן מענטשן רייסן זיך עס צו באקומען, די לענדלארד לאזט וויסן ווער עס ברענגט די ערשטע די דעפאזיט, סעקיוריטי, שליסל געלט, באקומט די דירה, און די ווילסט אז וואס? מ'זאל זיך יעצט צאמנעמען?
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

יצחק אייזיק האט געשריבן:זאגסט פונקט ווי מיר, אז ווען יעדער וויל וואוינען נאר דארט הייבן זיך די פרייזן. אין מאנהעטן איז עס פאר ביזנעס און אין קרית יואל ווייל ער וויל וואוינען נעבן זיין מאמע (ויקרא שמו בישראל אידישקייט) און דער לענדלארד מוז זיך רעכענען מיט דעם און נישט הייבן די פרייזן צו די מארקעט פרייזן, ווייל יענער וואוינט דאך נאר דא פאר אידישקייט.

צוויי זאכן:

ערשטנס, אידישקייט קומט נישט אריין. ס'איז דא שיינע קהילות אינדרויסן פון שטעטל.

צווייטנס, אפי' טאמער יא, האט עס נישט קיין שייכות מיט די לענדלארדס. זיי מעגן נאכאלץ בעטן וויפיל די מארקעט פרייז איז, נישט קיין חילוק צו יעמענס אישו איז אידישקייט אדער ביזנעס.

ווען די גראסערי וועט רעכענען ביליגער ווייל נאר צוליב אידישקייט מוז איך קויפן כשר'ע מילך אן כשר'ע פלייש, און שכר לימוד וועט זיין ביליגער ווייל נאר צוליב אידישקייט קען איך נישט שיקן אין פובליק סקול, וועל איך קלערן פון טוישן מיין מיינונג. ביזדערווייל איז אלעס ביזנעס עז יוזשועל.


גראסערי שכ''ל איז אינגאנצן נישט די זעלבע, מען בעט וויפיל עס קאסט, נישט וויפיל די "מארקעט פרייז" איז.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

אין די ליטווישע קרייזן איז שוין פונלאנג דער נארמע אז מען קלייבט זיך איבער אין פארשידענע שטאטן און מען גרינדט דארט א ישוב.

(א שטייגער איז פאסעיק, ניו דזשוירזי, ווי איין ענערגישער ליטווישער עסקן האט מיט אסאך עסקנות געגרינדעט די שטאט, וואס דער ליטוויטשער עולםדארף דאך נישט די אלע באקוועמליכקייטן צו וואס דער חסידישער אונגארישער ציבור איז געוואוינט, האט ער געקאנט אנהויבן מיט ממש די מינימאלסטע, און אלעס ווערט געפירט דורך די הנהגה פונעם ראש הישיבה שליט''א הגאון רבי מאיר סטערן.
מען האט באלד אין אנהויב דארט געגרינדעט עטליכע בתי חינוך, עקסטער פאר די ישיבישע און עקסטער פאר די מער מאדערנע, און דער ישוב האלט היינט ביי הונדערטער הונדערטער משפחות, כ''י)

דער נארמע האט זיך ב''ה איבערגעגאסן ביים חסידישן ציבור און איינס נאכן צווייטן גרינדן זיך שטעטלעך, ופרצת ימה וקדמה, פון לינדען ביז קאסא גראנדא און אלעס אינדערמיט.

איין זאך וואס פאסירט ביי אונז חסידים, אז ווי נאר מען גרינדעט א ישוב, קומען צו פארן מאסן עקספעדישאנ'ס און מען פאנגט אן כאפן הייזער ווי שריים פון א רבין.
די פרייזן שיסן ארויף ווי א אטאם.
אפשר זענען די ליטאים נישט געוואוינט צו כאאפן שריים, ממילא כאפן זיי קיין דירות אויך נישט?...
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”