אושפיזין האט געשריבן:ממוצע האט געשריבן:הקיצור,
אויב די סיבה פארוואס די אינוועסטירער גייען אהין, איז ווייל זיי האלטן אז צוליב די נייע ישוב, גייען די הייזער ארויפשפרינגען. און דערפאר ווילן זיי ארויפטאנצן אויפן וואגן, אויפן חשבון פון די וואס גרינדען די ישוב, און זיי 1) שרויפן ארויף די הייזער, און 2) זיי פאררענטן פאר גוים אנשטאט פאר אידן, איז דאס א גרויסע אוממענטשליכקייט אין מיינע אויגן. א היבשער עוולה.
ווידעראום, אויב זיי וואלטן ממילא דארט געגאנגען קויפן, נאר סך הכל זענען אידן דארט אנגעקומען מאכן א ישוב, קען מען פארשטייט זיך נישט פארלאנגען אז זיי זאלן אויפהערן צו קויפן. און אויך נישט אז זיי זאלן רענטן פאר אידן פאר ווייניגער ווי פאר גוים. כאטש ס'וואלט געווען א שיינע מצוה.. און אפשר וואלט מען געקענט אראפרעכענען די חילוק פון מעשר... אבער מ'קען יא פארלאנגען אז זיי זאלן נישט ארויפרוקן די פרייז אויפן חשבון פון די אידישע ישוב.
@אושפיזין, דיינע טענות זענען געלאפן אביסל צווישן די צוויי... נישט קלאר פונקטליך וואס איר האלט...
איך אליינס האב נישט געכאפט אזוי גוט וואס דיעולם רעדט דא ביז פריער קוק מיין פאריגע תגובה
און להוסיף נופך איך רעד בכלל נישט פון די וואס קויפן "אינעם" יושב נאר ארום און ארום וואס דיעולם קויפט נאך ניטאמאל פאר זיך
סאיז א עוולה נוראה סיידן על פי הלכה מיט עני מהפך בחררה און נאך , אבער יעדע אינוועסטער וואס קויפט אין סאמע היימישע געגענטער דארט יעצט און טרייבט ארויף די פרייז פון מענטשן וואס ווילן קויפן צו וואינען זענען חיות טורפות, סאיז שווער צו גלייבן אז זיי וועלן זען הצלחה דערין, עס פרייט מיר דער הארץ ווי צענדליגע אינוועסטערס אין בלומינגראוו שטייען ליידיג מיט זייערע הייזער שוין אפאר חדשים, עס קומט פון נישט אידישע מידות
מען ברויך מאכן א כינוס כלל ישראל פאר בלויז מידות, דרך ארץ קדמה לתורה, דאס אידישע געפיל איז פארלוירן, יא מען גיסט מיליאנען פאר טשערידיס פאר הונדערטע ארגענעזאציעס פאר קראנקע,טויטע, יתומים ארגענעזאציעס,מען ברויך מאכן א קאמפיין נישט אויף צו עסן א צווייטע איד'ס פרנסה און לאזן אידן זיך קענען קויפן א אייגענע דירה און הויז , סתם זיך צו שטעלן אויף די פיס , געב ווייניגער צדקה מיט די טויטע, און העלף דעם איד ווען ער לעבט נאך ? ניטאמאל בעט מען געלט, סתם מידות פון א איד, דאס איז לאו דווקא אין לינדען , דאס גייט אן אין יעדע אידישע געגענט, סאיז דא גענוג און נאך פלעצער צו אינוועסטען ביי גוים,
סאיז דא טויזענטער גבירים פון ריעל עסטעיט פון נישט היימישע געגענטער
בכלל וויאזוי שטומט די תירוץ אז מען לייגט אריין א גוי ווילאנג די מופסט דארט? וויאזוי ווילסטו די געגענט זאל ווערן היימיש אז די לייגסט אריין טענענטס כל הבא ליד אבי צו מאכן א דאלאר