א פערטער האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:great האט געשריבן:א פערטער האט געשריבן:great האט געשריבן:לעניית דעתי אז א סאטמערע אינגערמאן זאל וועלן מופן אין פלארידא פעלט זיך אויס אסאך תנאים לכאורה וועט די פלאן בלייבן ביי א חלום (אדער וועט מופן אנדערע קרייזן)
(איך בין נישט דא אפצוקילן נאר פשוט פאקטן)
וואס נאך חוץ א מיידל סקול וואס מלערנט נישט קיין חומש?
1)מורה הוראה מוסמך ושימש באחד דייני סאטמאר
2)בית המדרש שנקרא סאטמאר ויש שיעור אחד מספרי רבינו זי"ע
3)חדר וסקול שנקרא "תורה ויראה דרבינו יואל וסאטמאר"
4)מלמדים וטיטשערס ומנהלים כולם בלי שום יוצא מן הכלל צריכים להיות תלמידי סאטמאר
5)כל עניני העיר רחניות עירוב מקוה וכדומה צריכות הכשר מהדיין דלעיל
6)צריכות "רוב אנשי היישוב" בלי סמארטפאן ונשים בלי שניעלס
נאך די אלע תנאים קען מען אנהייבן צו חלומען אז א איינע פון מיינע 100000 סאטמארע חבירים זאלן וועלן קומען
איך ווייס נישט צו די מיינסט עס פאר א וויץ אדער ערענסט. אבער רוב סאטמארע אינגעלייט וואס גייען נישט קיין מאנרא אדער בלומינגבורג, האלטן אנדערש פון דיר.
והא ראי' לעיקוואד. די איינציגסטע פראבלעם איז נאר די מיידל סקול וואס קיין שום עקזיסטירענדע מוסד וויל נישט נעמען לכתחילה א מיידל פון סאטמאר, צוליב די חומש פראבלעם. און רוב סאטמארע אינגעלייט האבן נישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט בדיעבד שבדיעבד. נאר די סקולס האבן נישט געוואלט. גענוג עלטערע אינגלעך זענען געגאנגען אין אנדערע חסידישע חדרים.
מורה הוראות, שולן, מקוואות וכו האט מען אלעס גענוצט אלגעמיינע פון אנפאנג, און דאס איז שוין געווען א פראיעקט אפיציעל מטעם הקהילה.
איך האב פאר דיר נייעס, דיין רבי איז בכלל נישט אזא .... ווי די פרובירסט אראפצולייגן. ער קומט זיך דורך מיט גענוג אנדערע אידן און ער האלט נישט אז זיי זענען גוים. אוודאי לכתחילה איז בעסער אייגענס. ער פארשטייט אז עת לעשות לד'... און בלייבן אין וויליאמסבורג איז נישט קיין סאלושאן.
גאר אסאך סאטמארע אידן האבן יא א פראבלעם מיט חומש פאר מיידלעך אפי' בדיעבד שבדיעבד, און די וואס האבן נישט געהאט דארט קיין פראבלעם ווייס איך אויך.
פוון וואנעט ווייסטו ווער איז זיין רבי?
ביידע סאטמערע רביס זענען כולם שווה מיינע תנאים זענען פשוט אויסצוגען פון אלע זייערע דרשות ביי יעדע מעמד בלי שום יוצא מן הכלל
אדרבה איר האט אפשר א 3 סאטמערע רבי וואס זאגט וואס סאטמאר מיינט?