חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 10:52 am
איז דא א ליסטע פון אלע איינוואוינער אין קאסא גראנדע?
עס איז אוודאי דא, אבער איך גיי עס נישט ארויסלייגן אין פאבליק צוליב פארשטענדליכע סיבות.
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:57 pm
Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:52 am
אה, עס איז גראדע געווען זאקיני, נישט געהעריגע סקוואש, עס איז דא א סיסטעם ווען צו פלאנצן זאכן אין אריזאנע (מען קען דא פלאנצן און וואקסן א גאנץ יאר) איך מיין אז טאמאטעס איז מער אנהויב ווינטער.
Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:53 am
וואס טיט זיך ביי 120 ?
(ווי איך וואוין איז אומדערטרעגליך...)
איך בין נאך קיינמאל דא געווען ביי 120F, יעצט ווען איך שרייב דאס איז 105F און עס איז זייער באקוועם, עס באקט טאקע א זון פון אויבן אבער עס איז דא א שטיקל בריעז און ארום 5% יומידיטי (פאר קאנטעקסט אין מאנסי איז יעצט דא 84% יומידיטי) אבער עס איז לכאורה טאקע דא מענטשן וואס עס וועט זיין שווערער פאר זיי און פאר דעם איז טאקע וויכטיג אהערצוקומען אויסטשעקן די פלאץ פאר מען טראכט פון מופן אהער, און איינער וואס טראכט אז די היץ וועט אים זיין שווער זאל אהערקומען אויסטשעקן אין זומער, און מען קען טאקע זעהן דא אויף די תגובות אז עס קען זיין צוויי מענטשן וואס זענען געווען דא די זעלבע צייט פאר איינעם איז דאס געווען ממש א גיהנם ווען דער אנדערער האט שטארק הנאה געהאט און האלט אז דאס איז ממש א גן עדן (איי געס מענטשן האבן דאך דיפרענסעס).
(דזשאסט פאר די רעקארד איך בין נישט אהערגעקומען וועגן די וועטער, הגם מיר האבן שטארק הנאה פון דעם פאקטאר).
Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 3:14 am
ווי אפט (אדער ווילאנג) איז העכער 90?
העכער 90? בערך פון נאך שבועות ביז ארום ראש השנה, בעסיקלי גאנץ זומער, העכער 100? דער זעלבע צייט בערך אבער נאר אינמיטן טאג, דאס הייסט ווען די זון איז אויפן הימל, און טאקע רוב מענטשן זענען מער אינערווייניג דעמאלטס (ארבעט, בית מדרש, סקול וכדומה) אבער מען האלט זיך נישט דווקא אפ פון ארויסגיין ווי עס פעלט זיך אויס, אזוי אויך קען די קאר ווערן זייער הייס שטייענדיג אינדרויסן און דערפאר פארקן רוב מענטשן בפרט אין די זומער אין גאראדזש, און געוויסע געשעפטן האבן דעכער (פיל מיט סאולער) פאר די פארקינג לאטס.
Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 3:18 am
האט שוין איינער אמאל געפינען גאלד (נאכן זיכן פארשטייט זיך) אין קאסא גראנדע?
מיך קיינמאל נישט איינגעפאלן, איז עס נישט נאר אין קאליפארניע? אין עני קעיס עס איז נישט דא קיין ריווער וואס לויפט דא אין די געגנט (לעיקס איז יא דא נישט צו ווייט).
די מערסטע גאלד פון אמעריקע מיינעך איז אין אריזאנע
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

ישראל משה האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 12:25 pm
Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 11:23 am
טוהן צו די זאך האט געשריבן: מאנטאג יוני 22, 2020 1:46 am
בעל מנוחה האט געשריבן:
טוהן צו די זאך האט געשריבן:
אלע סארטן מילכיגס און אלע אנדערע פריזשידער אדער פריזער אייטעמס איז דא צו באקומען פאר ביליגער פון נ.י. צו פארדאנקן הרה"ק מטאהש זי"ע
קענסט זיך ביטע מסביר זיין?
הרה"ק מטאהש האט געהאט עטליכע חסידים וועלעכע זענען מיטמיארן צוריק געפארן פאר געזונט קיין אריזאנע. און טאהשע רבי האט געהערט אז זיי זענען מקיל אין חלב ישראל. האט טאהש'ע רבי אנגערופן מהדרין און ערלעדיגט אז עס זאל ווערן געשיקט יעדע צוויי וואכן א טראק מיט אלע מילכיגע פראדוקטן פאר קאסט פרייז. מיט די צייטמהאט זיך עס אויסגעברייטערט און היינט צוטאגס שיקן זיי אלע רעםריזשערעיטער און פריזער אייטעם'ס פאר קאסט פרייז
אינטרעסאנט, אין טאהש'ער שטעטן אליינס קאסט מילכיג'ס כמעט דאפלט די פרייז פון ניו יארק
אין קאנאדע איז די פרייזן פון מילכיגס קאנטראלירט ביי די גאווערמענט
און וואס איז מיט סחורה וואס קומט פון ניו יארק,
און פארוואס די מילכיג'ס וואס איז קאנטראלירט ביי די גאווערנמענט קאסט אסאך ביליגער ביים גוי (ער איז נישט קאנטראלירט?),
און פארוואס קאסט די זעלבע כשר'ע מילך אסאך ביליגער אין טאראנטא?

וואלט ווען אין קאנאדא אויך געדארפט זיין אזא מהלך אז עסקנים לייגן זיך אריין אז מאכלים וואס מען מוז האבן זאל קאסטן ביליג!
לעצט פארראכטן דורך Joe the Farmer אום דינסטאג יוני 27, 2023 5:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 3:22 pm
די מערסטע גאלד פון אמעריקע מיינעך איז אין אריזאנע
יעצט אז איר זאגט מיר האב איך טאקע נאכגעקוקט און טאקע געזעהן אז עס איז דא אסאך גאלד אלל אווער די סטעיט, בעיקר אבער אין די בערג אבער אויך אין די ריווער’ס און מען קען עס האלטן אויב מען טרעפט און עס איז לעגאל צו זוכן אויף גאר אסאך פאבליק לענד.
אפשר טאקע... :wink:
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:18 am
ווי אזוי איז עס לגבי אגריקולטור, אז איינער ווי פלאנצן אדער האבן א פארם דארף מען גיין גאר ווייט, אדער ס'איז אויך אין געגענט?
וואקסט גראז אין דיין בעקיארד?, אדער ס'איז ממש מדבר... אז מען וויל האבן גראז קען וואקסן בכלל? לכאורה מוז מען האבן איריגעישן (באוואסארן) אז נישט וואקסט נישט
איך וויל צולייגן א נקודה לגבי די אגריקולטור דא אין די אריזאנע וועלי (עס האט באמת נישט גארנישט מיט די חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, פשוט די שמועס איז דא פארגעקומען וויל איך עס דא צוענדיגן).
עס קען זיין אז וואס איך שרייב איז דברים פשוטים איך האב דאס אבער נישט פונקט געוויסט פאר איך בין אהערגעקומען דער ערשטע מאל במילא שרייב איך עס.
די מדבר דא איז נישט קיין מדבר וואס מען משל'ט זיך אויס פון די ביכער ווי מדבר סאהארא אדער מדבר יהודה, דא איז נישט קיין זאמד מדבר (עס איז טאקע דא זאמד אבער נישט דאס איז די מדבר) עס איז דא אסאך שטיינער אין מדבר פלאנצונגען (גאר אסאך זענען סתם דערנער) דאס הייסט אז ווען מען קוקט אויפן האריזאנט זעהט מען אסאך גרין (אדער געל) און נישט אזא זאמדיגע טעפיך, דאס הייסט דא קען אסאך וואקסן ווען מען פלאנצט (און עס וואקסט טאקע אסאך), אבער אפי' ווען מען פארט אריבער פלעצער ווי מען פלאנצט נישט זעהט מען אויך גאר אסאך געוויקסן ובפרט דער בארימטע קעקטאס.
גראדע האב איך אייך פארגעסן צוצולייגן @Joe the Farmer - אפפס ארבעט נישט - אז עס וואקסט דא אויך אסאך פרוכט, אסאך משפחות האבן טאקע דא פרוכט ביימער אין זייער בעקיארד (איך ווייס נישט אויב עס איז א מעלה) ווי לעמאן'ס, ליים, מילגרוים, אראנדזש און נאך.
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:36 pm
Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 3:22 pm
די מערסטע גאלד פון אמעריקע מיינעך איז אין אריזאנע
יעצט אז איר זאגט מיר האב איך טאקע נאכגעקוקט און טאקע געזעהן אז עס איז דא אסאך גאלד אלל אווער די סטעיט, בעיקר אבער אין די בערג אבער אויך אין די ריווער’ס און מען קען עס האלטן אויב מען טרעפט און עס איז לעגאל צו זוכן אויף גאר אסאך פאבליק לענד.
אפשר טאקע... :wink:
שיק מיר א פראצענט, איך וועל דיר שיקן וועלכע בוך צו קויפן און וואסערע כלים צו אנהייבן....
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:45 pm
Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 2:18 am
ווי אזוי איז עס לגבי אגריקולטור, אז איינער ווי פלאנצן אדער האבן א פארם דארף מען גיין גאר ווייט, אדער ס'איז אויך אין געגענט?
גראדע האב איך אייך פארגעסן צוצולייגן @Joe the Farmer - אפפס ארבעט נישט - אז עס וואקסט דא אויך אסאך פרוכט, אסאך משפחות האבן טאקע דא פרוכט ביימער אין זייער בעקיארד (איך ווייס נישט אויב עס איז א מעלה) ווי לעמאן'ס, ליים, מילגרוים, אראנדזש און נאך.
פארוואס איז עס נישט א מעלה? ס'איז א געוואלדיגע ברכה!
מען דארף נאר מאכן זיכער ס'איז אויסגעשטעלט מיט שכל, נישט נאענט צום הויז ווי מען קען עקסטענדען, אדער בויען א שעד, וכו'.
אויך דארף מען קער נעמען
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

פארוואס בויעט מען דארט הייזער אן א בעיסמענט?
אויך זעהט עס אויס אזעלכע אינטרעסאנטע אויטסייד (סטאקאו), וואס איז פשט?
וואס איז די מאטריאל פון די דעכער? כ'מיין אין שפאניע אדער יוראפ בויעט מען אזעלכע דעכער, איז עס נישט אלט מאדיש? פון די מיטל אלטער...
לעצט פארראכטן דורך Joe the Farmer אום מאנטאג יוני 26, 2023 9:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:53 pm
פארוואס בויעט מען דארט הייזער אן א בעיסמענט?
אויך זעהט עס אויס אזעלכע אינטרעסאנטע אויטסייד, וואס איז פשט?
וואס איז די מאטריאל פון די דעכער? כ'מיין אין שפאניע אדער יוראפ בויעט מען אזעלכע דעכער, איז עס נישט אלט מאדיש? פון די מיטל אלטער...
איך בין נישט קיין בילדער איך קען דיר נאר זאגן וואס איך האב געליינט.
קודם שרייבן זיי אז מען דארף נאר אראפגראבן פאר א פאנדעישאן ארום 18 אינטשעס (זיי שרייבן אז אין אנדערע פלעצער גראבט מען 48 צו 72 אינטשעס) און דערפאר בויעט מען נישט קיין בעיסמענטס און אזוי אויך מער נידעריגע הייזער, איך האב אבער נישט קיין אנונג פארוואס מען דארף גראבן ווייניגער און וואס דאס האט א שייכות מיט בעיסמענטס.
אזוי אויך שרייבן זיי אז די ווענט זענען באדעקט מיט סטאקאו צו האלטן היץ (פאר די ווינטער נעכט) און קעלט (פאר די זומער) אינערווייניג (איי וואס איז אנדערע פלעצער אנדערש, ווייס איך נישט).
איך האב געקוקט אין דער וועבסייט אבער נישט געקענט צופיל ארומקוקן צוליב'ן זיין געבלאקט ביי נעטפרי.
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 8:57 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 12:20 pm
פאלגענד איז א לינק צו די אימעיל ארויסגעשיקט אין די פאריגע וואך, ניייעס פון חודש ניסן.
אימעיל חודש אייר
לינק צו די אימעיל ארויסגעשיקט דער וואך (אימעיל פון חודש סיון) מיט די נייעס פון חודש אייר.
און דריי איז שוין חזקה.
תמוז (3).jpg
תמוז (3).jpg (388.33 KiB) געזען 1459 מאל
לינק צו די אימעיל ארויסגעשיקט דער וואך (אימעיל פון חודש תמוז) מיט די נייעס פון חודש סיון.

איר קענט זיך אלץ סובסקרייבן צו באקומען די אימעילס דא
(מאכט זיכער אז איר קאנפירמעד אייער סובסקריבשן אין די אימעיל וואס איר באקומט נאכן אויפסיינען).
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
האסט געמאכט מיין טאג
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 9:03 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט געמאכט מיין טאג »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:43 pm
Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:53 pm
פארוואס בויעט מען דארט הייזער אן א בעיסמענט?
אויך זעהט עס אויס אזעלכע אינטרעסאנטע אויטסייד, וואס איז פשט?
וואס איז די מאטריאל פון די דעכער? כ'מיין אין שפאניע אדער יוראפ בויעט מען אזעלכע דעכער, איז עס נישט אלט מאדיש? פון די מיטל אלטער...
איך בין נישט קיין בילדער איך קען דיר נאר זאגן וואס איך האב געליינט.
קודם שרייבן זיי אז מען דארף נאר אראפגראבן פאר א פאנדעישאן ארום 18 אינטשעס (זיי שרייבן אז אין אנדערע פלעצער גראבט מען 48 צו 72 אינטשעס) און דערפאר בויעט מען נישט קיין בעיסמענטס און אזוי אויך מער נידעריגע הייזער, איך האב אבער נישט קיין אנונג פארוואס מען דארף גראבן ווייניגער און וואס דאס האט א שייכות מיט בעיסמענטס.
אזוי אויך שרייבן זיי אז די ווענט זענען באדעקט מיט סטאקאו צו האלטן היץ (פאר די ווינטער נעכט) און קעלט (פאר די זומער) אינערווייניג (איי וואס איז אנדערע פלעצער אנדערש, ווייס איך נישט).
איך האב געקוקט אין דער וועבסייט אבער נישט געקענט צופיל ארומקוקן צוליב'ן זיין געבלאקט ביי נעטפרי.
די אופן וויאזוי הייזער ווערן געבויט האט אין יעדע געגנט א חשבון מיט אסאך זאכן
1. קלימאט
2. סי לעוועל (דאס הייסט וויפיל העכער די געגנט איז פונעם וואסער)
און נאך אין אריזאנע איז זייער טריקן און הייס.
די דעכער וואס איז דא ביינונז אין נוי יארק קען נישט פארנעמען די אריזאנע היצן.
די בעיסמענט האט אויך א סיבה פארוואס מען קען נישט אדער עס לוינט נישט צו מאכן
ווי אויך איז און אריזאנע דא ספעציעלע ווענט אז נאך א וונטיגע טאג זאל זיך די זאמד נישט זעהן אויף די ווענט.
ישראל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 11, 2018 7:56 am

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל משה »

ווער איז דער רב פון קהל חסידים?
ווייל משפחות וואוינען שוין דארט בקביעות?
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

ישראל משה האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 7:57 pm
ווער איז דער רב פון קהל חסידים?
דער רב פון שטאט (און מיט דעם בית המדרש קהל חסידים) איז הרה"ג ר' יחיאל שטיינמענץ שליט"א

וויפיל משפחות וואוינען שוין דארט בקביעות?
אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 4:25 pm
דער נומבער וואס מ'שמועסט איז ארום דרייסיג, (עס איז שווער צו וויסן פונקטליך היות עס איז נישט קלאר אויף געוויסע מענטשן וואס זענען דא נאר אין די ווינטער וכדומה צו מען רעכנט זיי, אבער עס איז זיכער דא קרוב צו 30 גאנץ יעריגע תושבים ב"ה) ב"ה עס קומען צו נאך תושבים יעדע שטיק צייט slowly but surely, אזוי אויך איז כסדר דא געסט במילא איז דא גרעסער מנין (מיר האבן דאך צוויי בתי מדרשים אויף שבת ויו"ט) פארשטייט זיך אז אין די ווינטער איז שטארק געפאקט.
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 9:08 pm

וויפיל געסט משפחות איז דא אין א יעדער צייט?
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:43 pm
Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:53 pm
פארוואס בויעט מען דארט הייזער אן א בעיסמענט?
אויך זעהט עס אויס אזעלכע אינטרעסאנטע אויטסייד, וואס איז פשט?
וואס איז די מאטריאל פון די דעכער? כ'מיין אין שפאניע אדער יוראפ בויעט מען אזעלכע דעכער, איז עס נישט אלט מאדיש? פון די מיטל אלטער...
איך בין נישט קיין בילדער איך קען דיר נאר זאגן וואס איך האב געליינט.
קודם שרייבן זיי אז מען דארף נאר אראפגראבן פאר א פאנדעישאן ארום 18 אינטשעס (זיי שרייבן אז אין אנדערע פלעצער גראבט מען 48 צו 72 אינטשעס) און דערפאר בויעט מען נישט קיין בעיסמענטס און אזוי אויך מער נידעריגע הייזער, איך האב אבער נישט קיין אנונג פארוואס מען דארף גראבן ווייניגער און וואס דאס האט א שייכות מיט בעיסמענטס.
אזוי אויך שרייבן זיי אז די ווענט זענען באדעקט מיט סטאקאו צו האלטן היץ (פאר די ווינטער נעכט) און קעלט (פאר די זומער) אינערווייניג (איי וואס איז אנדערע פלעצער אנדערש, ווייס איך נישט).
איך האב געקוקט אין דער וועבסייט אבער נישט געקענט צופיל ארומקוקן צוליב'ן זיין געבלאקט ביי נעטפרי.
א יא סטאקאוי הייסט עס, כ'האב מיך נישט געקענט דערמאנען די ווארט

איך געדענק בערך 30 יאר צוריק איז אריינגעקומען סטאקוי אין קאנאדע, ס'איז געווארן פאפאלער, ס'האט זיך למעשה ארויס געשטעלט אלס א דיזעסטער, אסאך הייזער וואס האבן עס האבן פראבלעמען ווי ס'ליעקט אריין ווייסער... און ס'שווער נאכצוגיין פון ווי, קען זיין די שווערע ווינטער וועטער מאכט עס קאליע... היינט מאכט שוין דא קיינער נישט קיין סטאקאוי!

ס'איז אויך נישט שיין לדעתי

אין אריזאונע רעגנט נישט?
שטענדיג שיינעדיג
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 16, 2023 6:31 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטענדיג שיינעדיג »

און קאסא רעגענט היינט ווי און ניו יארק?
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 9:12 pm
וויפיל געסט משפחות איז דא אין א יעדער צייט?
איך קען נישט זאגן א פונקטליכע נומבער, אין די ווינטער איז דא יעדע וואך צענדליגע, געוויסע פאר אפאר טעג און אנדערער פאר עטליכע וואכן.
אין די זומער איז אסאך ווייניגער אבער יעצט ווען געוויסע גייען אין קעמפ זענען אהערגעקומען גאנץ אפאר משפחות מיט קינדער, אזוי אויך האב איך געזעהן אויף שבת עטליכע מענטשן וואס זענען געקומען נאר פאר אפאר טעג.
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 9:16 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:43 pm
Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:53 pm
פארוואס בויעט מען דארט הייזער אן א בעיסמענט?
אויך זעהט עס אויס אזעלכע אינטרעסאנטע אויטסייד, וואס איז פשט?
וואס איז די מאטריאל פון די דעכער? כ'מיין אין שפאניע אדער יוראפ בויעט מען אזעלכע דעכער, איז עס נישט אלט מאדיש? פון די מיטל אלטער...
איך בין נישט קיין בילדער איך קען דיר נאר זאגן וואס איך האב געליינט.
קודם שרייבן זיי אז מען דארף נאר אראפגראבן פאר א פאנדעישאן ארום 18 אינטשעס (זיי שרייבן אז אין אנדערע פלעצער גראבט מען 48 צו 72 אינטשעס) און דערפאר בויעט מען נישט קיין בעיסמענטס און אזוי אויך מער נידעריגע הייזער, איך האב אבער נישט קיין אנונג פארוואס מען דארף גראבן ווייניגער און וואס דאס האט א שייכות מיט בעיסמענטס.
אזוי אויך שרייבן זיי אז די ווענט זענען באדעקט מיט סטאקאו צו האלטן היץ (פאר די ווינטער נעכט) און קעלט (פאר די זומער) אינערווייניג (איי וואס איז אנדערע פלעצער אנדערש, ווייס איך נישט).
איך האב געקוקט אין דער וועבסייט אבער נישט געקענט צופיל ארומקוקן צוליב'ן זיין געבלאקט ביי נעטפרי.
א יא סטאקאוי הייסט עס, כ'האב מיך נישט געקענט דערמאנען די ווארט

איך געדענק בערך 30 יאר צוריק איז אריינגעקומען סטאקוי אין קאנאדע, ס'איז געווארן פאפאלער, ס'האט זיך למעשה ארויס געשטעלט אלס א דיזעסטער, אסאך הייזער וואס האבן עס האבן פראבלעמען ווי ס'ליעקט אריין ווייסער... און ס'שווער נאכצוגיין פון ווי, קען זיין די שווערע ווינטער וועטער מאכט עס קאליע... היינט מאכט שוין דא קיינער נישט קיין סטאקאוי!

ס'איז אויך נישט שיין לדעתי

אין אריזאונע רעגנט נישט?
אין ניו יארק בויעט מען אין גרויסן מיט סטאקאו
לעצט פארראכטן דורך אונגארישע הייזער אום דינסטאג יוני 27, 2023 11:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע: קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 9:16 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 5:43 pm
Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:53 pm
פארוואס בויעט מען דארט הייזער אן א בעיסמענט?
אויך זעהט עס אויס אזעלכע אינטרעסאנטע אויטסייד, וואס איז פשט?
וואס איז די מאטריאל פון די דעכער? כ'מיין אין שפאניע אדער יוראפ בויעט מען אזעלכע דעכער, איז עס נישט אלט מאדיש? פון די מיטל אלטער...
איך בין נישט קיין בילדער איך קען דיר נאר זאגן וואס איך האב געליינט.
קודם שרייבן זיי אז מען דארף נאר אראפגראבן פאר א פאנדעישאן ארום 18 אינטשעס (זיי שרייבן אז אין אנדערע פלעצער גראבט מען 48 צו 72 אינטשעס) און דערפאר בויעט מען נישט קיין בעיסמענטס און אזוי אויך מער נידעריגע הייזער, איך האב אבער נישט קיין אנונג פארוואס מען דארף גראבן ווייניגער און וואס דאס האט א שייכות מיט בעיסמענטס.
אזוי אויך שרייבן זיי אז די ווענט זענען באדעקט מיט סטאקאו צו האלטן היץ (פאר די ווינטער נעכט) און קעלט (פאר די זומער) אינערווייניג (איי וואס איז אנדערע פלעצער אנדערש, ווייס איך נישט).
איך האב געקוקט אין דער וועבסייט אבער נישט געקענט צופיל ארומקוקן צוליב'ן זיין געבלאקט ביי נעטפרי.
א יא סטאקאוי הייסט עס, כ'האב מיך נישט געקענט דערמאנען די ווארט

איך געדענק בערך 30 יאר צוריק איז אריינגעקומען סטאקוי אין קאנאדע, ס'איז געווארן פאפאלער, ס'האט זיך למעשה ארויס געשטעלט אלס א דיזעסטער, אסאך הייזער וואס האבן עס האבן פראבלעמען ווי ס'ליעקט אריין ווייסער... און ס'שווער נאכצוגיין פון ווי, קען זיין די שווערע ווינטער וועטער מאכט עס קאליע... היינט מאכט שוין דא קיינער נישט קיין סטאקאוי!

ס'איז אויך נישט שיין לדעתי

אין אריזאונע רעגנט נישט?
לגבי שיינקייט קען איך נישט אריינרעדן.

עס רעגנט יא אין אריזאנע אבער זייער ווייניג (אריזאנע מיין איך צו זאגן קאסא גראנדע, ווייל אין אריזאנע איז אויך דא פלעצער ווי עס שנייעט) איך האב נישט די סטאטיסטיקס אבער עס איז פון די טריקענסטע סטעיטס אין אמעריקע.
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר איבער יום טוב פסח, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:49 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 4:36 pm
Joe the Farmer האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 3:22 pm
די מערסטע גאלד פון אמעריקע מיינעך איז אין אריזאנע
יעצט אז איר זאגט מיר האב איך טאקע נאכגעקוקט און טאקע געזעהן אז עס איז דא אסאך גאלד אלל אווער די סטעיט, בעיקר אבער אין די בערג אבער אויך אין די ריווער’ס און מען קען עס האלטן אויב מען טרעפט און עס איז לעגאל צו זוכן אויף גאר אסאך פאבליק לענד.
אפשר טאקע... :wink:
שיק מיר א פראצענט, איך וועל דיר שיקן וועלכע בוך צו קויפן און וואסערע כלים צו אנהייבן....
דאס איז זייער א גוטע בוך (אפשר די בעסטע),
Gold Mining in the 21ST Century
איך האב געצאלט פאר דעם בערך $20 אבער ס'איז נישט גרינג צו באקומען יעצט פאר דעם פרייז (אויף Amazon איז עס בערך 120-180), מען קען עס אבער טרעפן אויף אנדערע בוך סטארס פאר אסאך ביליגער.

דאס איז א גוטע סעט כלים אנצוהייבן פראספעקטן פאר די האבי... ס'האט אויך א קליינער ביכעל מיט זייער גוטע אינפארמאציע
Garrett Metal Detectors Deluxe Gold Pan Kit
דא
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

שווערע היצן די וואך
אטעטשמענטס
weather.gif
weather.gif (96.95 KiB) געזען 989 מאל
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

אזוי ווי מען האט שוין געשריבן, בויען גייט אלעס לויט די קלימאט, מעגלעכקייטן, פארמעגלעכקייט און טראדיציע פון א פלאץ. איך וועל שרייבן בקיצור נמרץ, יותר ממה שקריתי לפניכם כתובה אויף יעדע סובדזשעקט.

פאונדעישנס זענען די יסוד פונעם הויז און עס דארף זיין געמאכט שטארק און זיך נישט רירן. אין קאלטע קלימאטן מוז מען אראפ גראבן אין דער ערד אריין ביזן פלאץ ווי עס ווערט נישט פארפרוירן אזוי וועט זיך די פאונדעישן נישט ריקן דורך די כסדר טויש פון היצ צו קעלט. וויבאלד יעדע זאך ציט זיך איין אין קעלט און ווערט גרעסער אין היץ איז עס גורם עס זאל זיך ריקן א משהו און זיך צו ברעכן אדער צו ברעכן די הויז העכער דעם. אין הייסע פלעצער ווי עס ווערט גארנישט פארפרוירן דארף מען נאר אראפ גרובן אז עס זאל ליגן אויף ערד וואס איז שטארק און נישט סתם זאמד אבער מען דארף נישט גרובן טיף. אין די סאוט פון די יו עס ע"י איז כמעט נישטא קיין בעיסמענטס, חוץ אין נאסע פלעצער וואו די ערד איז זייער נאס און אומסטאביל. דאס נישט האבן קיין בעיסמענט מאכט די קאסט פון בויען ביליגער.

די צודעק פונעם הויז האט אסאך חלקים פון אינדרויסן ביז אינעווייניג אבער איך וועל נאר רעדן פון די חלק פון אינדרויסן ווייל פון דעם האט מען גערעדט. טראדיציאנעלי אין די הייסע פלעצער דעקט מען צו פון אינדרויסן מיט מאראסט אדער שטיין ווייל דאס האלט שטארק אפ די זון היץ, נישט אלע היץ. ווי באלד עס איז זייער הייס פון זון היץ איז דאס די בעסטע צו ניצן. סטאקאו איז די מאדערן ווערסיע פון מאראסט און שטיין און עס האט נאך די מעלה די פאום אונטער דעם וואס מאכט עס נאך בעסער. די חסרון איז אז עס קרעקט און צוברעכט זיך זייער גרינג און ווען מען רעדט פון עקספענשן און קאנטרעקשן פון היץ און קעלט איז עס א חסרון ממילא איז עס נישט די בעסטע פאר אלע קלימאטן.

די דעכער אין הייסע פלעצער זענען טראדיציאנעלי געמאכט פון סערעמיק אדער שטיין פאר די זעלבע סיבה ווי די סטאקאו אויף די ווענט.

איינע פון די סיבה פארוואס נישט אלע הייסע פלעצער אדער קאלטע פלעצער בויעט מען די זעלבע וואס לכאורה וויל דאך יעדער בויען די בעסטע לויטן קלימאט, דא קומט שוין אריין געלט. יעדע פלאץ וועט טרעפן א מעטאד פון בויען לויט וואס איז עוועילעבל און עפארדעבל לויט יענע פלאץ און אקאמפלישן "כמעט" די זעלבע זאך.
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

@Greeneryid
זייער שיין און קלאר.
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

איך האב זייער ליב די שטארקע פארמויערטע מחיצות ארום די פראפערטיס, אזוי ווי אין אזיע,
לכאורה אויך וועגן די זעלבע טעם, אז מען דארף נישט מאכן קיין טיפע פאנדעישן וועגן די 'פראסט ליין' פארוואס נישט מאכן ציגל מחיצות...
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

אין אריזאנע, איז דא סקול טשויס, דאס איז א מוראדיגע מעלה, אויך רעדן זיי נישט אריין אין פריוואטע סקול'ס, און זיי פאונדען אויך פריוואטע סקול'ס אדער הוים סקולינג (דורך וואויטשער'ס פאר די עלטערן)
אסאך אסאך בעסער ווי אין ניו יארק...

@אלע צוזאמען
וואס איז איבער:
* סעקשן אכט?
* פודסטעמפס?
* אנדערע פראגראמען פאר ספעציעלע קינדער? איז דא א שפע?

* העלטה קעיר?
* הצלה?
* שפיטעלער?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”