טוהן צו די זאך האט געשריבן:ביים קארנער האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז עס בלויז נאך א פארט פון דאס שפילן 'שטעטל'.. געהערט פון א באזוכער דארט די גאנצע זאך איז א דזאוק. עס איז קוים דא מנין אמאל יא אמאל נישט ווענד זיך צו ס'איז פונקט דא א גאסט און די ראביי קומט...
די 'גראסערי' איז א קליינע קאנטיען מיט אביסל זאכן וואס האלטן זיך פריש פאר לאנג, ס'דא א סעלפ-טשעקאוט מאשין אנשטאט א גראסערי מאן.
די זעלבע פאר מענטשן שפילן רב, רבי, מנהל, ראה''כ וכו' וכו'... סא זייער וויכטיג אויב איינער קומט משלים צו זיין די מנין, אים צו מאכן אינטערשרייבן תנאים פון בעפאר ער זאל נישט צוברעכן די 'קהלה'.. וואט עי דזאוק.
עמיר זיך נעמען אביסל צו דיר און אויסקלארן דעם בילד, עס זעהט אויס ווי עפעס טוט דיר וויי סאו לאמיר עס באנדאזשירן, די גאנצע עניין פון נייע ישובים זענען אין א בחינה פון ויחד יתרו, דא אזעלעכע וועם עס דערפריידט און אנדערע שטעכט עס (פארשטיי מיר נישט פארוואס אבער זעהט אויס ווי עס איז קנאה (זשעלעסי בלע"ז) אויף א זאך וואס טייל קענען זיך נישט ברעכן צו נאכטוהן ווי שטארק זיי וואלטן נאר געוואלט), און כדאי צו בארואיגן די געפילן און זיך פארעענטפערן מוז מען ארויסשיסן די לעצט פארבליבענע קוילן אויף דעם עניין אדער אויף די מקומות צו עס איז אמת אדער נישט און פאקטן פארנעמט אפילו נישט קיין פלאץ, איך וואלט פארגעשלאגן אז אנשטאט אלעמאל וואס די אפרעדערס ברענגן אז זיי האבן גהעהערט פון א חבר זאלן זיי אליין קומען זעהן אדער מברר זיין פון כאטש נאך איין חבר בעפאר זיי זענען מפרסם א סטעיטמענט ווייל אפשר (זיכער) איז עס נישט ריכטיג,
סאו לאמיר יעצט צולייגן און זעהן וואס יענער חבר האט פארקויפט און זעהן צו די פאקט קען אפילו זיין א מציאות
איך השרייבער טוהן צו די זאך בין א תושב אויף דעם פלאץ און איך גיי דיר יעצט זאגן ערשט האנטיגע עדות פון די לעצטע יאר
. פארגאנגע ווינטער תש"פ האבן שוין געוואוינט אין קאסעגראנדע 5 משפחות
. זומער תש"פ האבן געוואוינט 9 משפחות
. גלייך נאך סוכות האבן זיך אריבערגעצויגן פרישע 11 משפחות
. יעצט חודש טבת ציין זיך אריבער נאך 3 משפחות (די מאווינג טראק איז שוין באשטעלט)
. ס"ה באשטימטע משפחות 23 בלעה"ר און נאך א שיין ביסל זענען אין פראסעס פון קויפן
. יעדער קען קומען זעהן עס איז דא א כולל פון 9 יונגעלייט וואס לערנען אגאנצע טאג אין ביהמ"ד
. תלמוד תורה און מיידלעך שולע אפערירן מיט 4 כיתות ביי די יונגלעך און 5 קלאסן פאר די מיידלעך
. לעצטע צוויי וואכן האט זיך די קהלה פארגרעסערט מיט די געבורט פון א מיידל ביי הרב פעקעטע און א יונגעל ביים מנהל הרב מענדלאוויטש וואס איז אגב היינט געווען די ברית (לכאורה די ערשטע ברית קודש אויפן באדן פון קאסעגראנדע כ"י)
. צווישן די איינואוינער זענען דא 7 יונגעלייט וואס ארבייטן אין זשאבס אדער פירן אייגענע געשעפטן
. די גראסערי; צווישן די הונדערטער געסט האבן מיר נאר גהעהערט ווי גוט עס איז צוגעשטעלט און אלכס איז פארהאן (יא מאכט זיך אמאל ווען עס איז דא א איבערפלייץ פון געסט אז געוויסע פראדוקטן לויפן אויס שנעלער)
. אויף וואס דו זאגסט אז זיי פרייען זיך אז איינער קויפט אן אינוועסטמענט אויס. עס איז נישט ריכטיג! די קהלה זוכט עס נישט. אודאי האט מען הנאה ווען געסט קומען אבער פון די אנדערע זייט ברענגט עס אסאך קאפ וויי און קאסט אפ פאר די קהלה גאר אסאך, וואס ווער זאל דאס באצאלן? און דערצו ברענגט דאס די פרייזן פון די הייזער זאלן זיך העכערן און שטערן די וואוקס פון די קהלה. זיי ווילן דיקא נישט זיין א ואקאציע קהלה נאר א פערמענאנטע קהלה.
צום שלוס מאךצדי חשבון אליין און זאג דו צו איין ווארט פון דיין געטרייע חבר מאכט עני סענץ?!
והשכינה אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.