- נייע קלאס צימערן
- IMG-20211031-WA0077.jpg (95.55 KiB) געזען 6691 מאל
חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
פאר וועם?
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
הארווי האט געשריבן:פאר וועם?
for a yishev that will have hundreds of chassidishe families
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
shul address and zmanim
16303 Little Garden Dr, Wimauma, FL 33598, USA
shacris sunday 9:00
shacris mon- friday 7:30
mincha mariiv 7:25
16303 Little Garden Dr, Wimauma, FL 33598, USA
shacris sunday 9:00
shacris mon- friday 7:30
mincha mariiv 7:25
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
די פערצענטע משפחה האט זיך היינט אריינגעצויגן דארט בשעטומו"צ
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
- אטעטשמענטס
-
- IMG-20211104-WA0026.jpg (122.07 KiB) געזען 6074 מאל
-
- IMG-20211104-WA0024.jpg (152.62 KiB) געזען 6074 מאל
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
די מקוה איז ב"ה פיקס פארטיג גרייט צום יעדן טאגעדיג'ע באנוץ
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
- אטעטשמענטס
-
- IMG-20211105-WA0044.jpg (118.54 KiB) געזען 5919 מאל
-
- IMG-20211105-WA0043.jpg (163.47 KiB) געזען 5919 מאל
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
ישיבת תורת חיים מיאמי געפארן אויף א שבת צים חסיד'ישן ישוב אין טעמפא.
- ארבעטסגעבער
- שר האלפיים
- תגובות: 2365
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
איז ערגעץ עדווערטייזט די נייע ישוב?
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
מעמדקביעת מזוזה ביי די נייע תלמוד תורה דורכן רב שליט"א און הרב רבקין די חב"ד שליח
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
is there any vacation rentals near the yishuv?
- חאצקיל בעל עגלה
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5000
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
- לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
Maybe האט געשריבן:is there any vacation rentals near the yishuv?
כמיין אז יא, כהאב לעצטענס באקומען א אימעיל פון זיי מיט אן אפער פאר וועקעשאן דארט אינעם ישוב
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000

- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
דעת תורה האט געשריבן:
די אינגל אינעם בילד איז פון א תושב דארט?
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
איש חמודות האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:
די אינגל אינעם בילד איז פון א תושב דארט?
yes
- חאצקיל בעל עגלה
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5000
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
- לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
דעת תורה האט געשריבן:
שיין שיין!
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
א שבת אין טעמפע בעי
נאכן הערן דאנענט כסדר באריכטן איבער די ניי חסידישע קהילה אין טעמפע בעי פלארידע, האט זיך פארגליסט דאס צו זעען מיט די אייגענע אויגן. חברא חברא אית ליה, באקומען א טעלעפאן נומער פון ר' דוד טויסיג, א זון פונעם רב פון טעמפא, באשטעלט קווארטיר אויף שבת און דערנאך בילעטן פארן פליגער.
געדינגען אן אטוימאביל אין לופטפעלד און נאכגעפאלגט דעם GPS ווי א טאטעלע, ווי פון דער זייט פאלגט מיר נאך טייטעלביימער און ווי שנעלער מען פארט אזוי גיכער קומען זיי צו גיין. פונעם הויפט גאס שלענגלענדיק זיך צו די זייטיגע גאסן, טרעפט מען זיך פאר א צוים ווי מען קלאפט אריין די פריער באקומענע נומערן, שערי טעמפע פתח און ביז אפאר מינוט איז מען פארענט פון די אכסניא.
מען כאפט א קיפערט (וואזשע מאנכע ריפען מיט פארשידענע נעמען, ווי רענצל, וואליזע, רייזעזאק, רייזעטאש אדער גאר אויף גויאיש suitcase) פונעם קאר און שפאצירן אריין אין דירה. אט אנטפלעקט זיך א ניי געבויטע הייזקע מיט 4 שלאפצימערן, 2 ארויסגאנגס שטובער, א גרויסער קאך און דיינוגרום open concept, א גאראדש מיט פלאץ פאר 2 מאכערייקעס, א סך הכל פון 1850 ²'( square feet פאר די וואס וויסען ניקס וואס א קליינער צווייערל באדייט), אונטערן הויז איז פארהאנדיק א גרויסער גארטן מיט א טייך, דאס אלעס קאנט איר ערהאלטן פאר 330k.
ארויסגייענדיק אויף די ווארעמע פלארידע לופט גייט פארביי אן איינוואוינער, גיב יעך א פרעג צו די גראסערי איז נאך אפען כדי איינהאנדלען א פלעשל מילך פאר די בני בית, נאכן זאגן ניין ברענגט ער זעלבסט צוויי פלעשער פון זיין שטוב, קיין געלט וויל ער ניט ווייל דאס קומט פון Uncle Sam's קאוויד חלוקה, אפילו דער גאווערנאר פון דעם דרום שטאט טוט כמעט ניט איינדערקענען דעראין.
א שפאן אוועק געפונט זיך דאס בית המדרש, שוין עטליכע שטונדן נאך מעריב זיצען געציילטע און לערנען, ווידער איינער פארבויגן איבער א גמרא מיט א טעלעפאן ביים אויער לערנט אויפן קול מיט זיין חברותא פון אמאל. קלעטערנדיג אין בנין אנפלעקט זיך דער נייער מקוה מיט אלע צוגעהערן, אז עס דאכט זיך אז מען געפונט זיך אין ברוקלין.
א וואכן שחרית מיט א כמעט פילער בית המדרש, שווער צו פארנאנטשיידען ווער איז א היזיגער און דער יעניגער וואס איז דא נאר פאר שפיאנאזש, נאכען דאווענען גענומען שלום ביים רב און געשמועסט געציילטע ווערטער. באמערקט א אידל מיט א ווייסן בארד וואס איז גאר א עלטערער ברודער פון מיינס א פעטער, זיך צו געשארט צו אים און פארוואנדלט א שמועס, פארקויפט האט ער זיין הויז אין די צפון שטאטן און זיך געצויגן קיין טעמפע מיט די איינגענעמע וועטער, צוויי פון זיינע פארהייראטע אייניקלעך זענען אצינד אין די פראצעדור פון קויפן א הויז דא אין שטעטל.
אזוי שפאצירנדיג טרעפט מען א פארשוין אין שטעטל וואס איז אן אלס וויסער, פארכאפט מיר אין זיין SUV און לאזט זיך ארויס אויף א קורצער רייזע פון עטליכע מינוט צום נייעם בנין פון דער קהילה, א גאר גרויסער געביידע ווי עס איז פלאצירט די תלמוד תורה מיט די חינוך לבנות. ביים עק פון בנין זע יעך ווי עטליכע מאנסבילן קנאקן אריין א נייער פאדלאגע (floor), דאס איז דער נייער גראסערי וואס וועט זיין אויף א גרויסער פארנעם.
מִן אֲחֵיהֶם עַל לֶחֶם הַמַּעֲרָכֶת לְהָכִין שַׁבַּת שַׁבָּת.
נאכן ארומוואנדערן פרייטאג מיט די קינדער אין די טעמפע געגנט קומען מיר צוריק אין ישוב ווי עס ווארט אפ טעצער, בעקעלעך, זעקלעך, שאכטלען און פושקעס פון שבת מאכלים, נאך פריער באשטעלט פון אן ארטיגער איינוואוינער ר' שמעון סורקוס. עס וואלט זיך געקאנט פארמעסטן מיטן בעסטער געשעפט פון די ניו־יארקער געגנט, שפעטער טאקע געהערט אז זיין משפחה אין די מאנסי סביבה איז אין די קעטערינג ביזנעס, אלס אויף א פרעפעשינאלער פארנען, אפילו באצאלען קאן מען אויף בליץ פאסט.
בְּשַׁעֲרֵי הָעִיר הַזֹּאת בְּיוֹם הַשַּׁבָּת וּלְקַדֵּשׁ אֶת יוֹם הַשַּׁבָּת
פרייטאג נאכמיטאג ווען די הימל טוישט קאלירן
איז ניט דא קיין סאך צייט צו שפעקעלירן
טאקע פארדינט א שעה אויפן קורצער ניו־יארקער זמן
געכאפט דעם שטריימל און אין שול געגאנגען אין שפאן
פילער פילער ווערט דארט ווי א מינוט גייט פארביי
מען קוקט זיך אים ווער זענען זיי
קיין ליידיג בענקל ניט געווען
מיט צענדליגער געסט איז דאס געשען
דער רב צום עמוד ער גייט
הודו לה' יעדער שרייט
א ווארעמקייט הערשט יעצט
ביזן ושמו אחד צום לעצט
ביים באטע נייע לומדישע געדאנקען
הנאה געהאט פון די חסידישע טייטשען
שבת פרי א קידוש כיד המלך
ניט געיאגט נאר אלס פאמעלעך
פונעם ניו־יארקער געיעגעניש פארגעסען
אלס גייט מיט א רואיגקייט אפילו ביים עסן
כמעשהו בראשון כך מעשהו בשלישי
רעוא דרעוין זינגט יעדערער, ווי אין בית המקדש דער לוי
אוי דער שבת איז שוין פארגאנגען
א נייער וואך טוט זיך אנפאנגען
במוצאי מנוחה הבדלה געמאכט
די קינדער פון פיצא געטראכט
פון אייז קאמער (freezer) ארויסגעבראכט
פון א פאפענדעקל (cardboard) באקס גענאשט
ניין, עס איז ניט פארהאנדיק דא אלעס אויף דער וועלט
אבער די איינוואוינער דאס געפעלט
אויף זייער פנים מען זעט אז עס קוועלט
רואיג, געשמאק און פאר ביליג געקויפט א געצעלט

יודעלע די ביסט פיינע נייעס!!
מן הסתם קענסטו ווערען עפראווד 70K ALASKA MILES!!!
אפשען צי נוצען ביי עלאל ביזנעס קלאס!
- חאצקיל בעל עגלה
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5000
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
- לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן
Re: חסידישע ישוב אין טעמפּא, פלארידא
חבר_1 האט געשריבן:.
צדיק, ביסט ניינע פייעס!