אביסעלע אפדעיטס איבער די אנגייענדע קאמף צווישן די 'סעווען ספרינגס' אייגענטומער מיט די 'מאנרא' און 'קרית יואל' פירערשאפט.
קודם א שטיקל חזרה.
נאך וואס עס איז געווען א העפטיגע קאנפליקט צווישן די 'ווילעדזש אוו קרית יואל' מיטן 'טאון אוו מאנרא' איבער אנעקסירן פרישע הונדערטער אקער לאנד צום קר"י ווילעדזש, זענען זיך די צוויי זייטן צונויפגעקומען מיט א פשרה, נעמליך אריינצונעמען בלויז א קלענערע צאל שטחים (מערסטנס געהערן צו די 'וועד הקרי' אן אומאפיציעלער ווילעדזש פליגל) און די איבריגע וועלן בלייבן אינדרויסן אונטער די טאון אוו מאנרא, און גלייכצייטיג גרינדן דעם 'טאון אוו פאלם טרי' און מיט דעם אפטיילן די צוויי רעגירונגן צו פארמיידן קריגערייען.
די בעה"ב פון די איבריגע שטחים זענען געווען אביסל בייז צו דעם אפמאך, וויבאלד זיי זענען געבליבן ארויסגעשטעלט, דאס נעמט אריין אסאך קלענערע יחידים מיט זייערע הייזקעלעך און פעלדל, ביינעזאם מיט גרויסע פילענטראפן צווישן זיי די ראה"ק פון די צוויי סאטמארע קהילות וואס פארמאגן גרעסערע שטחים.
די אייגענטומער האבן זיך פאראייניגט אונטער הרב וואגשאהל הי"ו רב דשכונת לאנצוהט (זיינס א געסל וואס נעמט אריין א שיינעם שטח), קודם האבן זיי פרובירט זיך נישט ארויסצוציען פונעם ארגינעלן אנקעסעישאן פעטיציע טענה'נדיג אז זיי האבן גארנישט מיט דעם אפמאך, דערנאך האבן זיי זיך בארעכענט צו גיין מיטן אנדערן פלאן פון מאכן א נייעם ווילעדזש! גראדע איז דער פלאן נישט געווען קיין חדשות, די קר"י פירערשאפט האט עס שוין גענוצט פאר א וואפן אקעגן די טאון, סטראשענעדיג אז אויב וועט מען זיי נישט עפראוון די אנעקסעישן וועלן זיי פארלאנגן א נייעם ווילעדזש.
אין 2018 איז אריינגעגעבן די ערשטע ווערסיע פון א פעטיציע אונטערגעשריבן דורך א טייל איינוואוינער פון דעם שטח צו פארמירן א נייעם 'ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס', אלעס אינאיינעם איז דאס אביסל ווייניגער פון 2 סקווער מייל, רוב דערפון פוסטע פראפערטיס.
די טאון האט ארויסגעווארפן דעם אפליקאציע מיט אן עם-הארצישער אויסרייד, אז די געזעץ פארלאנגט 20% פון די איינוואוינער צו זיין אונטערגעשריבן, אבער אין ווארהייט פארלאנגט דער געזעץ בלויז פון 20% איינוואוינער וואס זענען אין די שטום בארעכטיגטע יארגענג.למעשה, וויבאלד עס האט אויך אריינגענומען אנדערע שטחים וואס זענען געווען אונטער אן אנדערע אנעקסעישאן פראצעדור, האבן זיי אויסגעקליבן צו אריינגעבן א נייע ווי איידער זיך קריגן אויף די אלטע.
אנפאנג 2019 האבן די 'סעווען ספרינגס איינוואוינער' טאקע אריינגעגעבן נייע פאפירן צו אוועקשטעלן דעם ווילעדזש. אבער צוליב וואס עס האט אויך אריינגענומען געוויסע קליינע נישט אידישע געגענטער, וואס וואלט לכאורה פארמירט א קאנפליקט (און נאך געלט סיבות), איז הרב וואגשאל געגאנגען צוזאמנעמען פרישע אונטערשריפטן צו קענען ארויסציען דעם יעצטיגן פעטיציע און ריפלעיסן א דריטע ווערסיע מיט די אלע שינויים.
דא האבן זאכן אנגעהויבן פארן מיטן פיטום אראפ, דאס איז געווען מערץ דעם 28'סטן אין 2019 צען צוואנציג אינדערפרי, שטייענדיג אינדרויסן פון די טאון רעגירונג געביידע איז ער איבערגעפאלן געווארן דורך צוויי מענטשן (וואס וואוינען שוין היינט אין אן אנדערע סטעיט, און אויסגדרוקט חרטה פארן ריכטער, ומודה ועוזב ירוחם) וואס האבן אים צוגענומען די צעטלעך מיט די שווער געהארעוועטע אונטערשריפטן.
הרב וואגשאהל האט זיך גלייך פארבינדן מיט זיין לויער, און דער לויער האט אריינגעקאלט דעם לויער פונעם טאון בעטנדיג רשות צו שיקן דעם פעטישאן אויף אימעיל (מען האט עס געהאט פארדעם אריינגעסקענט פאר די רעקארדס) וויבאלד די ארגינעלע איז גע'גנב'ט געווארן, דער לויער האט מסכים געווען אבער צוגעלייגט אז ער ווייסט נישט אויב עס איז געזעצליך לויט "די ווילעדזש געזעץ", א געזעץ וואס באשרייבט וויאזי א ווילעדזש ווערט געשאפן (פשט אין אין א טייל פון דעם געזעץ ליגט יעצט פארן ריכטער), דער לויער האט עס טאקע אריינגעשיקט אין אימעיל ארום א שעה נאכדעם, צולייגנדיג אז הרב וואגשאהל וועט אריינברענגן נייע צעטליך מיט די אונטערשריפטן אויף מארגן.
צומארגנס איז טאקע געברענגט געווארן א 'פערטע ווערסיע'. דא איז הרב וואגשאל געוואויר געווארן פון א דורכפאל, דער טאון קלוירק האט אים צווויסן געטון, אז נאך איידער ער האט געהאט די מעגליכקייט אנצוקומען מיט די פרישע 'דריטע ווערסיע' פון צעטליך דעם נעכטיגן טאג, אביסל פאר צענע אינדערפרי דעם 28'סטן אין מערץ, האט דער קר"י ווילעדזש אדמינעסטראטאר געשיקט אן אימעיל צו די טאון סופערווייזער און אנדערע איינגעשטעלטע, בעטנדיג אז ער וויל אנעקסירן א שטיק לאנד אויף לארקין דרייוו וואס געהערט פאר די קר"י ווילעדזש און איז כעת אונטער די טאון אוו מאנרא יוריסדיקציע אן קיין פרטים. יעדע עטליכע שעה האט נאכגעפאלגט קליינע אימעילס מיט נאך דעטאלן וואס ער וויל אנעקסירן, און א כסדר געבעטן אז ער וויל מ'זאל אים רעכענען דעם זייגער פון צופרי אלס דער צייט פון זיין פעטיציע, און אזוי האבן דין קדימה אויף דעם שטח אויב ס'וועט אריינקומען אנדערע בקשות, דאס האט געמיינט להוציא פון דעם 'סעווען ספרינגס פעטישאן' וואס האט געוואלט אויך ארייננעמען דעם שטח.
דאס האט געפירט צו א לעגאלע געראנגעל, ווער איז דער ערשטער דא, די קר"י אדמינעסטראטאר אדער די סעווען ספרינגס בעה"ב?
ס'איז אנגעקומען אין געריכט, און דער פסק איז געווען אז סעווען ספרינגס האט א דין קדימה, און געגעבן א רעכט פאר קר"י צו אפיעלן, וואס זיי האבן טאקע געטון, און שטייט נאך דערווייל.
אינצווישן איז אונטערגעקומען אן אומערווארטעטער שטער, די טאון האט געשיקט א בריוועלע צו די סעווען ספרינג איינגענטומער זאגנדיג "אייער פעטעציע איז נישט אויסגעהאלטן געזעצליך!" וואס איז דער פראבלעם? ביי יעדע אפליקאציע צו גרינדן א ווילעדזש ברויך מען מיטגעבן אן איינמאליגע אפצאל פון $6000, און ביי דער פעטיציע איז דאס נישט געווען, אזוי איז געשטאנען אינעם בריוו.
די לויערס פון די סעווען ספרינגס חברה זענען געווארן פארוואונדערט, מיר האבן דאך געגעבן זעקס אלפים נאך ביי די פריערדיגע פעטיציע וואס איז יעצט געשען, האבן די טאון לויערס צוריקגענטפערט אז מיט יעדע אפליקאציע דארף עקסטער געגעבן ווערן די געלט, האבן זיי צוריקגע'טענה'ט מיר האבן קלאר געשריבן אז מ'זאל נוצן די געלט פון די פריערדיגע אפליקאציע, והא לך ראי' אז די טאון האט אויך פארשטאנען אז די פריערדיגע געלט איז אויך פאר די יעצטיגע אפליקעישאן, וויבאלד זיי האבן ווייטער געהאלטן די געלט אין אן עסקראו און נישט צוריגעשיקט, ווידער די טאון איז אויפגעקומען מיט פארשידענע טענות פארוואס די פריערדיגע זעקסער זאל נישט קענען פארנוצט ווערן פאר די יעצטיגע בקשה.
א פרישע לעגאלער קריגעריי, הייסט עס יא באצאלט די זעקס טויזענט דאלער אדער נישט?
נאך א פארצויגענע געריכט, האט דער ריכטערן גע'פסק'נט אז די טאון האט נישט געהאט קיין רעכט דאס ארויסצוווארפן, און ברויך פאראויסגיין מיט די פרעצעדור.
נו, לכאורה וואלט מען דאך געדארפט גיין ווייטער, אבער אין קול ואין עונה, נאכן ווערן אנגעפרעגט דורך א לויער פון סעווען ספרינגס האט די טאון געזאגט אז זיי האבן אריינגעגעבן אן אפיעל און זיי האבן רשות צו ווארטן ביז די העכערע געריכט וועט פסק'נען אויף די קעיס. די לויערס פון סעווען ספרינגס האבן אריינגעגעבן א חודש צוריק א פארלאנג צום געריכט אויסצוקלארן, מעג די טאון פארשלעפן דערווייל אדער נישט? די קרית יואל פירערשאפט האבן אויך אריינגעגעבן א ביטע אז מ'זאל נישט לאזן די זאך פאראויסגיין צוליב זייער אנדערע אויבנדערמאנטע אפיעל, אין די נאנטע טעג דארף די געריכט דן זיין דערויף.
דא האלט מען יעצט.
דער אומשולדיגער טשעק אויף וואס עס איז אנגעהאנגן די גורל פון הונדערטער אידישע הייזער:
- Check.png (161.31 KiB) געזען 4149 מאל