חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך נודניק »

שטייגען האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:וויי גייט זיין שול אין ווי גרויסע גייט זיין מיט מקווה אויך?

חלה יעצט ערב שבת איז די צייט זאלסט ארויסברענגן דיינע געפילן צו לינדען
אזויווי יעדער זעהט דא, האלסטו אין איין פרעגן קושית אין ברענגסט אפדעיטס ארום לינדען,
אדער ביזטו די פארטרעטער פון לינדען ברענגסט אפדעיטס, אדער פרעגטסו נאר קושית, עפעס מאכט נישט סענטס ווען מטוט ביידע!
חוץ אז דו מיינסט פלעין צו האלטן די אשכול פארנומען.
גיי צוריק 90 פארצענט פון דיינע קושית זענען נישט דא פארענטפערט געווארן,
אין דיינע אפדעיטס האט די עולם ליעב צו ליינען
#לכבוד שבת קודש #חלה

אויף חלה פרעגט מען נישט קשיות, ער האט א געוויסע מהלך אין עבדות השם וואס נישט אינז אלע פארשטיי מיר,

קיפ איט אפ חלה!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך קיקיון »

שטייגען האט געשריבן:אין דיינע אפדעיטס האט די עולם ליעב צו ליינען קוקען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך Sprint »

Ad
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2021-06-30 at 3.06.34 PM.jpeg
WhatsApp Image 2021-06-30 at 3.06.34 PM.jpeg (10.9 KiB) געזען 2701 מאל
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7984
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

איז די א גרויסע הויז אוועיליבל פאר שבתים?
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך קליינע טאטע »

וואס הייסט א גרויסע הויז? וויפול בעדראמס זוכסטי?
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7984
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

קליינע טאטע האט געשריבן:וואס הייסט א גרויסע הויז? וויפול בעדראמס זוכסטי?

4 .5

.
לעצט פארראכטן דורך חלה לכבוד שבת אום מיטוואך יוני 30, 2021 10:03 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
טוב לי תורת פיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 13, 2018 2:51 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך טוב לי תורת פיך »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
קליינע טאטע האט געשריבן:וואס הייסט א גרויסע הויז? וויפול בעדראמס זוכסטי?

4 .5

עס איז דא רוף דער וועד אדער קום און אישי
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7984
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

טוב לי תורת פיך האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
קליינע טאטע האט געשריבן:וואס הייסט א גרויסע הויז? וויפול בעדראמס זוכסטי?

4 .5

עס איז דא רוף דער וועד אדער קום און אישי

שיק מיך אן אישי ישר כוח
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך סאבסיטוט »

כווייס נישט וואס די מעשה איז - אדרבה אויב איינער קען מיך אריינפילן, אבער די וועד האט אנגעהויבן שיקן אדרעסן און צייטן פון אלע נייע אפען האוזעס דורך די גויאישע בראוקערס, און שטייצעך מענטשן לאזן זיך אראפ ווי שוועמלעך, און שטייצעך פרייזן שמייסן ארויף

א קאלאניעל 2500 סף הויז וואס פלעגט ביז לעצטענס גיין פאר בערך 5 האבן די וואך שוין מענטשן ארויפגעצויגן צו 700. כווייס נישט די מעשה און וואס די פלאן, קען זיין מהאט דעסיידעד אזוי איז בעסער - ווייסעך נישט
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7984
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

די וועד האט ליסט פון הייזערס יעצט אין פאר געגענטער linden, Rahway, Roselle, Roselle Park, clark
קורקלענד
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 7:24 pm

תגובה דורך קורקלענד »

קודם כל, אזוי ווי שוין עטליכע מאל געשריבן איז די פרייז פון 700 פאר א קאלאניעל שוין געווען אין די צייטן פון די וועד.

צווייטנס, לויט ווי מ'הערט איז די אייזערנע וואנט וואס די וועד האט אנגעהאלטען שוין איינגעפאלן און זיי זענען אצינד אינגאנצן מאכטלאז. דערפאר, איז די היינטיגע וועד מער ווייניגער א פשוט'ע ריעל עסטעיט אפיס. חוץ פון פארקויפן הייזער (פאר א שיינע פארדינסט) שטעלן זיי שוין גארנישט צו. נישט קיין שאטל און נישט קיין טראנספארטאציע, אויך נישט קיין עירוב מקוה אדער אנדערע צוגעהערן. און וויבאלד זיי שטעלן נישט צו די סערוויסעס קענען זיי שוין קיינער נישט מחייב זיין.

לויט ווי מאנכע זאגן איז אין די לעצטע פאר וואכן אנטוויקלט געווארן א גענצליכע פרייע מארקעט.
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

Re:

תגובה דורך סאבסיטוט »

קורקלענד האט געשריבן:קודם כל, אזוי ווי שוין עטליכע מאל געשריבן איז די פרייז פון 700 פאר א קאלאניעל שוין געווען אין די צייטן פון די וועד.

צווייטנס, לויט ווי מ'הערט איז די אייזערנע וואנט וואס די וועד האט אנגעהאלטען שוין איינגעפאלן און זיי זענען אצינד אינגאנצן מאכטלאז. דערפאר, איז די היינטיגע וועד מער ווייניגער א פשוט'ע ריעל עסטעיט אפיס. חוץ פון פארקויפן הייזער (פאר א שיינע פארדינסט) שטעלן זיי שוין גארנישט צו. נישט קיין שאטל און נישט קיין טראנספארטאציע, אויך נישט קיין עירוב מקוה אדער אנדערע צוגעהערן. און וויבאלד זיי שטעלן נישט צו די סערוויסעס קענען זיי שוין קיינער נישט מחייב זיין.

לויט ווי מאנכע זאגן איז אין די לעצטע פאר וואכן אנטוויקלט געווארן א גענצליכע פרייע מארקעט.

כהער, שכח

למעשה די פרייזן זענען נישט קיין גיטע נייעס
אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך Sprint »

The following open houses will be held this Sunday, check the prices and some of them are not so close by...

321 Gesner St, Linden, NJ 07036 $399k

1200 N Stiles St, Linden, NJ 07036 $589K

17 Crestwood Ln Clark $424,999

511 Dietz Roselle $339,900

726 Franklin Roselle $375k
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re:

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

קורקלענד האט געשריבן:קודם כל, אזוי ווי שוין עטליכע מאל געשריבן איז די פרייז פון 700 פאר א קאלאניעל שוין געווען אין די צייטן פון די וועד.

צווייטנס, לויט ווי מ'הערט איז די אייזערנע וואנט וואס די וועד האט אנגעהאלטען שוין איינגעפאלן און זיי זענען אצינד אינגאנצן מאכטלאז. דערפאר, איז די היינטיגע וועד מער ווייניגער א פשוט'ע ריעל עסטעיט אפיס. חוץ פון פארקויפן הייזער (פאר א שיינע פארדינסט) שטעלן זיי שוין גארנישט צו. נישט קיין שאטל און נישט קיין טראנספארטאציע, אויך נישט קיין עירוב מקוה אדער אנדערע צוגעהערן. און וויבאלד זיי שטעלן נישט צו די סערוויסעס קענען זיי שוין קיינער נישט מחייב זיין.

לויט ווי מאנכע זאגן איז אין די לעצטע פאר וואכן אנטוויקלט געווארן א גענצליכע פרייע מארקעט.

שקר וכזב!

ס'דא ווייטער א שאטעל טראנספעטאציע צי די חדר און די עירוב האלט מען אין איין אויסברייטערען.

מנהלים דער @קרוקלענד הערט נישט אויף צי שיסן שקרים און העיט אויף לינדען טאג איין און טאג אויס און ניצט זיין ניק נאר פאר דעם. ביטע איהם חוסם א דאנק.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

סאבסיטוט האט געשריבן:כווייס נישט וואס די מעשה איז - אדרבה אויב איינער קען מיך אריינפילן, אבער די וועד האט אנגעהויבן שיקן אדרעסן און צייטן פון אלע נייע אפען האוזעס דורך די גויאישע בראוקערס, און שטייצעך מענטשן לאזן זיך אראפ ווי שוועמלעך, און שטייצעך פרייזן שמייסן ארויף

א קאלאניעל 2500 סף הויז וואס פלעגט ביז לעצטענס גיין פאר בערך 5 האבן די וואך שוין מענטשן ארויפגעצויגן צו 700. כווייס נישט די מעשה און וואס די פלאן, קען זיין מהאט דעסיידעד אזוי איז בעסער - ווייסעך נישט

די וועד גייט געהעריג אן, אלע געלט וואס ווערט געקלאזט דורך זיי שטיצט מען דעם ישוב מיט די געלט האט מען געקויפט א חדר בנין א שוהלע און באסעס ועוד ועוד. נאכאמאל דיסקליימער איך האב גארנישט מיט די וועד און זאג נאר זאכן מיט די אינפעמאציע איך האב פלאס ניצן דעם דזשעלי. סיי וואספארע שאלות איר האט אויף זיי קאלט זיי און פרעגטס זיי מה הפשט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re:

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קורקלענד האט געשריבן:קודם כל, אזוי ווי שוין עטליכע מאל געשריבן איז די פרייז פון 700 פאר א קאלאניעל שוין געווען אין די צייטן פון די וועד.

צווייטנס, לויט ווי מ'הערט איז די אייזערנע וואנט וואס די וועד האט אנגעהאלטען שוין איינגעפאלן און זיי זענען אצינד אינגאנצן מאכטלאז. דערפאר, איז די היינטיגע וועד מער ווייניגער א פשוט'ע ריעל עסטעיט אפיס. חוץ פון פארקויפן הייזער (פאר א שיינע פארדינסט) שטעלן זיי שוין גארנישט צו. נישט קיין שאטל און נישט קיין טראנספארטאציע, אויך נישט קיין עירוב מקוה אדער אנדערע צוגעהערן. און וויבאלד זיי שטעלן נישט צו די סערוויסעס קענען זיי שוין קיינער נישט מחייב זיין.

לויט ווי מאנכע זאגן איז אין די לעצטע פאר וואכן אנטוויקלט געווארן א גענצליכע פרייע מארקעט.

אויב ס'איז אמת, שטימט שוין די תגובה העכער דיינס אז די פרייזן זענען ארויף צו 700.

נאך א שלאס אויף א פרישע שטעטל צוליב אפענע מארקעט. אין די סעריע פון סטעטן איילענד, דזשערזי סיטי, ועוד.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
קורקלענד
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 7:24 pm

Re: Re:

תגובה דורך קורקלענד »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:קודם כל, אזוי ווי שוין עטליכע מאל געשריבן איז די פרייז פון 700 פאר א קאלאניעל שוין געווען אין די צייטן פון די וועד.

צווייטנס, לויט ווי מ'הערט איז די אייזערנע וואנט וואס די וועד האט אנגעהאלטען שוין איינגעפאלן און זיי זענען אצינד אינגאנצן מאכטלאז. דערפאר, איז די היינטיגע וועד מער ווייניגער א פשוט'ע ריעל עסטעיט אפיס. חוץ פון פארקויפן הייזער (פאר א שיינע פארדינסט) שטעלן זיי שוין גארנישט צו. נישט קיין שאטל און נישט קיין טראנספארטאציע, אויך נישט קיין עירוב מקוה אדער אנדערע צוגעהערן. און וויבאלד זיי שטעלן נישט צו די סערוויסעס קענען זיי שוין קיינער נישט מחייב זיין.

לויט ווי מאנכע זאגן איז אין די לעצטע פאר וואכן אנטוויקלט געווארן א גענצליכע פרייע מארקעט.

שקר וכזב!

ס'דא ווייטער א שאטעל טראנספעטאציע צי די חדר און די עירוב האלט מען אין איין אויסברייטערען.

מנהלים דער @קרוקלענד הערט נישט אויף צי שיסן שקרים און העיט אויף לינדען טאג איין און טאג אויס און ניצט זיין ניק נאר פאר דעם. ביטע איהם חוסם א דאנק.

איך האב נישט געזאגט אז ס'נישט דא קיין שאטל אדער עירוב. איך האב סך הכלל געזאגט אז ס'איז היינט אינגאנצן אפגעטיילט פון די וועד.
קורקלענד
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 7:24 pm

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך קורקלענד »

יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן איז אמת ויציב, איך האב זיך געהאלטן ריין און איידל מיטן שרייבן. אייער האס און שנאה ווייזט נישט אויף אז איר זענט גערעכט און ווען איר שרייט אויף יענער ליגנער מאכט עס נישט אייער ווערטער אמת. ביטע האלטן די מקום איינגעהאלטן און איידל אזויווי ס'פאסט.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

קודם כל האסט געשריבן ס'דא א פרייע מארקעט דאס איז ווייטער שקר! די געלט פון די קלאזינגס טוט ווייטער בעניפיטן די שטאט און מען טאר נישט קויפן אן די וועד און ס'איז ממילא נישט דא קיין פרייע מארקעט! מען דארף ווייטער קויפען מאר דורך די וועד סיי מדין נארמאלקייט און מענטשליכקייט באבוב'ע דיין הרב טויבער שליט''א און וויען'ע דיין הרב האלפערען האבן ביידע אזוי קלאר געשריבן אין א בריוו וואס איז שוין דא געווען עטליכע בלעטער צוריק. און סיי זיך אליינס א טובה צי טוהן פאר די טובה פון די שטאט. ועוד אז ס'העלפט קלאר אראפ צי האלטן די פרייזן.

צווייטענס בסך הכל איז יעצט דא געוויסע פארשטענדענישען אין די חברי ה'וועד. סא די שרייבסט סתם שקרים און העיט. און די הערסט עס נישט אויף צי טוהן זייט די האסזט געפענט דעם ניק, ממילא בעהט איך נאכאמאל די מנהלים דיך צי חוסם זיין. בכלל וואס פעלט אויס צי מודיע זיין די עולם דא אז מאנכע זאגן אז ס'דא א פרייע מארקעט? די רעדסט אין די נאמען פון די וועד? די ביסט אין די וועד? אוודאי אז נישט! זיי זאגן פונקט פארקערט ווי דיר! זיי זאגן קלאר אז אלעס גייט ווייטער אן ווי געהעריג און מען זאל נאר קויפען דורך די וועד! און די זיכסט סתם זיי אינטער צי ריסן! ממילא דארף מען דיר חוסם זיין.
קורקלענד
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 7:24 pm

תגובה דורך קורקלענד »

ווער זענען היינט צוטאגס די וועד פון וואס איר רעדט?

אויך האב איך פון אייך פארשטאנען אז איר זאגט אז ס'איז דא טראנספארטאציע צו די לינדן מוסדות. ביטע קלאר מאכן אויב ס'איז אצינד דא נוטראלע טראנספארטאציע וואס סערווירט די מענטשן וואס שיקן צו אלגעמיינע מוסדות אין בּ''פּ? אויב איז נישטא, פארוואס האט זיך עס אפגעשטעלט? וואס טוהן אצינד די אלע אלגעמיינע לינדן משפחות וואס שיקן קיין בּ''פּ מוסדות?

אז איך וועל אויפהערן שרייבן דא וועט עס נישט טוישן די פאקט אז די מארקעט איז אצינד גענצליך פריי. ווי איך הער איז לעצטנס געווען א הויכע ציפער פון הייזער וואס זענען אריין אין קאנטראקט אן קיין איינס פון די 'צוויי' צענטראלע אפיסעס. ס'איז יתכן אז 'זיי האלטן' אז זיי גייען ווייטער אן, אבער די מציאות איז אזויווי איך האב געשריבן.

וויבאלד דא איז א פובליק פלאטפארמע זוך איך נישט ארויפברענגן אויפן טיש דא ספעציפישע פרטים אינערהאלב די שטאט. דא איז קלאר נישט קיין פלאץ פאר אזא משא ומתן, און איך פערזענליך האב אויך נישט קיין אינטערעסע דערין. אויב זענט איר מסופק אין געוויסע פרטים קענט איר אנפרעגן אין אישי. דאנקע שיין.
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re:

תגובה דורך קלמן יעגער »

קורקלענד האט געשריבן:ווער זענען היינט צוטאגס די וועד פון וואס איר רעדט?

הרב קורקלענד אויב זענט איר אנגעווייטאגט אויף לינדען אדער אויף דעם וועד ביטע גייט עס איבערשמועסן מיט זיי אפשר וועט איר זיך דורכקומען. ס'א שאד אויסצוגעבן דא די ווייטאג.

די וועד איז וויכטיג און עס מוז אנגיין (קען זיין מיט געוויסע שינוים) נאר אזוי וועלן די פרייזן בלייבן נארמאל. ופשוט הוא.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

קורקלענד האט געשריבן:ווער זענען היינט צוטאגס די וועד פון וואס איר רעדט?

אויך האב איך פון אייך פארשטאנען אז איר זאגט אז ס'איז דא טראנספארטאציע צו די לינדן מוסדות. ביטע קלאר מאכן אויב ס'איז אצינד דא נוטראלע טראנספארטאציע וואס סערווירט די מענטשן וואס שיקן צו אלגעמיינע מוסדות אין בּ''פּ? אויב איז נישטא, פארוואס האט זיך עס אפגעשטעלט? וואס טוהן אצינד די אלע אלגעמיינע לינדן משפחות וואס שיקן קיין בּ''פּ מוסדות?

אז איך וועל אויפהערן שרייבן דא וועט עס נישט טוישן די פאקט אז די מארקעט איז אצינד גענצליך פריי. ווי איך הער איז לעצטנס געווען א הויכע ציפער פון הייזער וואס זענען אריין אין קאנטראקט אן קיין איינס פון די 'צוויי' צענטראלע אפיסעס. ס'איז יתכן אז 'זיי האלטן' אז זיי גייען ווייטער אן, אבער די מציאות איז אזויווי איך האב געשריבן.

וויבאלד דא איז א פובליק פלאטפארמע זוך איך נישט ארויפברענגן אויפן טיש דא ספעציפישע פרטים אינערהאלב די שטאט. דא איז קלאר נישט קיין פלאץ פאר אזא משא ומתן, און איך פערזענליך האב אויך נישט קיין אינטערעסע דערין. אויב זענט איר מסופק אין געוויסע פרטים קענט איר אנפרעגן אין אישי. דאנקע שיין.
זאג אז ס'דא לעצטענס אפאר מער מענשטן ווי פריער וואס האבן געטוהן א אימרעכט און געקויפט לעצטענס אן די וועד, א קעגן וואס צוויי חשובה רבנים האבן געהייסן טוהן, מיינט אז מען מעג שוין? דאס מיינט אז ס'שוין דא א פריייע מארקעט? די שעמסט דיך נישט?

זאג די קענסט אויפהערן אינטער צי רייסן א שטאט ברבים? מנהלים א חסימה פאר @ קרוקלענד!
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

תגובה דורך קלמן יעגער »

#חסימה_פאר_קורקלענד

כלנו למערכה
קורקלענד
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 7:24 pm

Re: Re:

תגובה דורך קורקלענד »

קלמן יעגער האט געשריבן:הרב קורקלענד אויב זענט איר אנגעווייטאגט אויף לינדען אדער אויף דעם וועד ביטע גייט עס איבערשמועסן מיט זיי אפשר וועט איר זיך דורכקומען. ס'א שאד אויסצוגעבן דא די ווייטאג.

די וועד איז וויכטיג און עס מוז אנגיין (קען זיין מיט געוויסע שינוים) נאר אזוי וועלן די פרייזן בלייבן נארמאל. ופשוט הוא.

איך האב גארנישט קעגן לינדן און איך בין נישט נעגאטיוו קעגן דעם שטעטל כלל וכלל.

איך בין נישט אנגעווייטאגט אויף די וועד. ס'איז פשוט אויסגעקומען אז איך האב מיטגעהאלטן ביי מיינע נאנטע די טראומא וואס מ'האט געדארפט אדורך גיין, דעריבער האב איך דא אריינגעלייגט מיין צוויי צענט פון קלארקייט. איך האב נישט געשריבן נישט קיין האס און נישט קיין שנאה. אדרבה האס און שנאה קומט נאר פון די אנדערע זייט.
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”