טהור-עיניים האט געשריבן:די סעווען מייל מארקעט (וועלכע איז אגב אויף רייסטערסטאון ראוד, למען הפונקטליכקייט) איז פאר לאנגע יארן געווען די איינציגסטע כשר'ע גראסערי אין באלטימאר, איך ווייס נישט אויב עס איז נאך היינט אויך אזוי, אבער ביז אפאר יאר צוריק איז עס אזוי געווען. און דאס יא, עס איז א גרויסע שפרודלדיגע אידישע שטאט, מיט אלע צוגעהערן, אפילו מיט א קעניג אויך. ער הייסט הרב היינעמאן.
אין HAMODIA די וואך איז דא א בארינט פון דעם הכנסת ס"ת אין בה"מ מחזיקי תורה און הרב היינעמאן ווערט בכלל נישט
דערמאנט כאטש זיין אגודה בה"מ איז איין בלאק אוועק אנוועזענד זענען געווען דער ר"י פון נר ישרא' הרה"ג ר' אהרון פעלדמאן שליט"א
הרה"ג ר'י עקב האפער נשיא פון ועד הרבנים ד'באלטימאר הרב ישעי' טויב רב דקהל ערוגת הבושם און הרה"צ ר, נח פארטוגאל בשליחות אביו אדמו"ר סקולען שליט"א
דער רב דקהל מחזיקי תורה הרב נתנא' קאסטעליץ שליט"א א תלמיד פון דעם שבט הלוי זי"ע זעהט מעהן אין א חסידיש צורה
דער ראה"כ פון נייעם חסידישען כולל און זיינע אינגעלייט זענען געווען געלאדענע געסט אבער דער קארעסאנדענט האט זיי פארגעסען דערמאנען
עס עפענט זיך נאך א כשר'ע סופערמארקעט