התיישבות פון חסידישע משפחות אין באלטימאר, מערילענד
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- חנוך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 320
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
- לאקאציע: על גשר צר מאד
אנטיק האט געשריבן:רבי עמרם יונגרייז וואס איז געווארן דארט א ראש חבורה וואוינט דארט? ער איז דאך א דיין אין נטעי גבריאל?! אפשר אזוי הרב ראטענבערג וואס פארט כסדר
איך האב עטליכע מאל געהערט זיינע שיעורים אין ארגון שיעורי תורה, מלא תוכן! אויך באקומען עטליכע קונטרסים פון זיינע שיעורים ממש להפליא
א זוהן פון האדמו"ר מגארליץ פון בארא פארק ?
ניין,
איך קען הרב יונגרייז שליט"א גוט, ער איז איז א זוהן פון הגאון רבי אשר אנשיל יונגרייז שליט"א, א רב אין לונדון וועלכער איז אן איידעם ביי הגה"צ רבי יהושע זאב מייזליש זצ"ל ליעזש'ער רב פון לונדון וואס איז נפטר געווארן לעצטע יאהר (ברודער פון יבלחט"א הגה"צ משאפראן שליט"א).
כמעט אלע משפחת יונגרייז קומען פון איין שורש - די הייליגע מנוחת אשר פון טשענגער זי"ע, וואס איז געווען באקאנט אלץ א מורא'דיגע פועל ישועות אין אונגארען.
דער רב יונגרייז וואוינט אין בארא פארק אבער איז אין באלטימאר יעדע וואך זונטאג-דינסטאג.
זייענדיג דארט אויף שבת האב איך געהערט אז די עולם האט זייער הנאה פון איהם און פון זיינע שיעורים. חוץ דעם וואס ער איז א תלמיד חכם און א דיין אין נטעי גבריאל, ביי הגאון רבי גבריאל ציננער שליט"א, איז ער א געלונגענער טאלאנטפולע מענטש פול מיט חיות.
לעצט פארראכטן דורך חנוך אום מאנטאג מארטש 09, 2020 12:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך האב געטראפן צוויי בילדער פון כ"ק דמו"ר מקוידינוב שליט"א אין באלטימאר תשע"ו.
1. מלוה מלכה אין קהל מחזיקי תורה. ווערן געזעהן אלע חסידישע רבנים פון די שטאט: מימין לשמאל הרב אייכנשטין מזידיטשוב, הרב אהרן צבי טויב רב ערוגת הבושם, הרב נתנאל קוסטליץ רב דקהל מחזיקי תורה, כ"ק אדמו"ר מקוידינוב שליט"א, האדמור מבריד וקהל ערוגת הבושם הרה"צ ישעי' טויב, הרב מנחם גאלדבערגער רב דקהל תפארת ישראל, הרב צבי רוזנפלד רבה של קהל חסידים.
2. מסיבת לחיים מיט די חסידישע יונגעלייט פון "קהל חסידים".

- אטעטשמענטס
-
- 444444.jpg (138.42 KiB) געזען 8263 מאל
-
- 23456789.jpg (48.75 KiB) געזען 8263 מאל
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15938
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
כ"ק אדמן"ר וויזניץ-מאנטרעא' האט באזוכט דעם חדר פון קהל חסידים פרייטאג בשלח תשע"ט
מיט דעם שבת טאטי
פון א קליפ ווי ער האלט מיט די תשב"ר זינגען בבקעך ים סוף
נאך בילדער
מיט דעם שבת טאטי
פון א קליפ ווי ער האלט מיט די תשב"ר זינגען בבקעך ים סוף
נאך בילדער
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום מיטוואך מארטש 11, 2020 12:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2748
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
אנטיק האט געשריבן:ווייס נישט צופיל פרטים וועגן שטאטישע פראגראמען, אבער למיעוט ידיעתי איז דא דארט די והותר, פודסטעמפס, וויק ועוד... יתכן אפילו מער ווי אין נ.י. געהערט אמאהל איבער שכר לימוד פראגראם וואס איז דא דארט, אבער צריך בירור.
אגב, דער מוסד כוכבי יצחק איז נתייסד געווארן דורך א חסידישע רב, הגאון רבי יצחק שטערנהעלל זצ״ל, מחבר ספרי כוכבי יצחק, און תלמיד מובהק כי מרן הקדוש בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי״ע...
אין אז מרעדט שוין פון חסידישע גדולים אין באלטימאר, קען מען נישט אויסלאזן דעם גאון הגאונים רבי מיכאל פארשלעגער זצוק״ל, וואס איז אוועק מיט איבער פופציג יאר צוריק.
א חברותא און תלמיד מובהק פונעם הייליגען אבני נזר. כל התורה כולה געהאט כמונח בקופסא, זוכה געווען צו גילוי אליהו און נאך פלאות...
רביה״ק מסאטמאר זי״ע דריקט זיך אויס מיט מוראדיגע טיטלעך צו איהם אין א תשובה...
לעצטענס ארויסגעקומען א ספר נפלא איבער זיין תולדות ״מיכאל באחת״ און דאס יאהר ארויסגעקומען א ספר תורת מיכאל אויף ספר בראשית.
אנהייב ווינטער האט מיר געזאגט א ידיד אין בארא פארק אז ער פארט אראפ ספעציעל קיין באלטימאר צו זיין אויף זיין הייליג ציון ביום היארצייט אין חודש חשון!
נישט ממש אזוי, ארגינעל הייסט עס שארית ישראל, לאחר פטירתו האט צוגעלייגט כוכבי יצחק על שמו
בילד פון די ציון הקדוש פון הרב פארשלעגער זצוק"ל און פון די יונגערלייט ביים ציון הקדוש צוזאמן מיט די ראש הכולל שליט"א
- אטעטשמענטס
-
- kever.jpg (120.32 KiB) געזען 8072 מאל
-
- kever pic.jpg (78.4 KiB) געזען 8072 מאל
לעצט פארראכטן דורך אנטיק אום מיטוואך מארטש 11, 2020 12:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35237
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- חנוך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 320
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
- לאקאציע: על גשר צר מאד
דא אויף דעם ליידיגן שטח וועט די בנין ווערן אויפגעשטעלט. עס שטייט הארט נעבן די בנין פון תלמוד תורה וואס געפונט זיך אין דעם בנין פון די רעכטע זייט.
די ערשטע בילד איז קוקענדיג פון אויבן, די צווייטע בילד איז פון די גאס לעוועל.
די ערשטע בילד איז קוקענדיג פון אויבן, די צווייטע בילד איז פון די גאס לעוועל.
- אטעטשמענטס
-
- 6116-6118 Park Heights Ave - Google Maps-page-001.jpg (275.12 KiB) געזען 7889 מאל
- חנוך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 320
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
- לאקאציע: על גשר צר מאד
WOW
די פראכטפולע סקעטש פון די פנים פונעם נייעם בית המדרש.
די פראכטפולע סקעטש פון די פנים פונעם נייעם בית המדרש.
- אטעטשמענטס
-
- rsz_1_1-page-001_1.jpg (250.71 KiB) געזען 7740 מאל
לעצט פארראכטן דורך חנוך אום זונטאג מארטש 15, 2020 8:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- חנוך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 320
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
- לאקאציע: על גשר צר מאד
חנוך האט געשריבן:איינער וואס טוט אין ארכיטעקטער שיקט מיר א מעסעזש אז דער בנין פיט פשוט נישט אריין און יענע ספעיס, גוטע קשיא, כ'וועל פרעגן.
כ'האב געפרעגט. די בנין גייט געבויעט ווערן אויף די ריזיגע שטח וואס וועט אריינעמען דריי לאטס. די ליידיגע לאט אינמיטן, די חדר לאט וואס גייט ווערן אראפגעווארפן פון רעכטס און די בנין פון די לינקע זייט וואס גייט אויך ווערן אראפגעווארפן, וואס ליגט אויך אין די בעלת פון די קהילה.
פעשען האט געשריבן:דערווייל איז די ביהמ"ד קהל חסידים נאך אין די טרעילארס?
ווי גייט מען פאר א מנחה מעריב? פאר עפעס חסידישע כשר'ס? נאנט צו די סינאי שפיטאל.
פיל מיט מנחה מעריב מנינים אין שטאט... הרב אייכנשטיין׳ס שיל איז א פאר מינוט מיט א קאר פונעם כולל, און הרב היינעמאן׳ס אגודה איז צוויי מינוט צופיס און האט מנינים יעדער פופצען מינוט לפי זכרוני... וכהנה כהנה...
היימישע עסן פעלט אויך נישט. סעווען מייל מארקעט האט גענוג, און אין ״מארקעט מבין״, שפירט מען זיך ווי אין בארא פארק....
סיני שפיטאל איז בערך א מייל אוועק פון די כולל געגנט
אינטערסאנט צו מערקן אויף די מודעה וועגן די סגירת הבית מדרש אז אינטען שטייט ״טעמפארערי אדרעס״, זעהט אויס זיי האלטן גאר ערענסט ביים בויען זייער ריכטיגע בית המדרש בקרוב.
ובעצם המודעה איז צע״ק אז נישטא קיין מנינים אבער כפי הנראה איז עס נאך אלס אפען פאר מתפללים קבועים, וואס אין נ.י. מוזען די בתי מדרשים זיין אינגאנצען פארמאכט! אפשר אין באלטימור איז אנדערש... דאכטצעך אז אין מערילענד איז דא פיהל ווייניגער קעיסעס ווי אין נ.י. רח״ל, עוד ליישב אז קען זיין אז די צעטל איז געהאנגען געווארן נאך איידער די גזירה כללית פון נעכטן נאכט

Re: התיישבות פון חסידישע אינגעלייט אין באלטימאר
אינטרעסאנט צו די קול קורא איז אויך אז די אינגערלייט זאלן נישט מעגן פארן צו די עלטערן אויף יום טוב
- אטעטשמענטס
-
- 68A593D2-32D4-44D0-ADC9-CFD9D4AB568D.jpeg (155.45 KiB) געזען 7399 מאל
-
- שר חמישים
- תגובות: 89
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 5:03 pm
Re: התיישבות פון חסידישע אינגעלייט אין באלטימאר
הערליכער חומש סעודה פארגעקומן נעכטן אין די נייע חסידישע קהילה - בלי עין הרע
- אטעטשמענטס
-
- chumash.JPG (117.59 KiB) געזען 6370 מאל
-
- IMG-20200705-WA0017.jpg (164.05 KiB) געזען 6370 מאל
Re: התיישבות פון חסידישע אינגעלייט אין באלטימאר
א ידיד האט געשריבן:דער מצב דארט איז בכלל נישט מיושב
קוק דא
שטייט נעמען פון רב וראש הכולל און מנהל
דא שוין נישט
דער לעצטער UPDATE איז פאר ניסן
די אינגעלייט האבען געפריווט דאווענען אין הויף אבער ר' מרדכי סניידער האט עס מבטל געווען
(ער איז נאך אלס כלוא בבית)
אפילו ווען די אנדערע בה"מ אין שטאט האבען זיך געעפענט איז קהל חסידים געווען
פארמאכט ביז לעצטענס האט דער כולל געלערנט אין בה"מ ערוגת הבושם
יעצט איז עס שוין אפען אבער דער מצב איז אנגעצויגען
אכט אינגעלייט גייען ווייטער
הרב יונגרייז דער ראש החבורה האט שטארקע ספיקות צו ער זאל זיך דארט באזעצען
די אנדערע אינגעלייט ווילען שטארק בלייבען און געפרעגט אבד"ק כוונת הלב
און ער האט זיי מיעץ געווען צוווארטען ביז פסח
הרב אייכענשטיין פון מרכז תורה ותפילה האט זיך אריינגעלליגט העלפען מסדר זיין
דביה תחדי נפשא
- זיידע ומומחה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 389
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 12, 2012 11:09 am
Re: התיישבות פון חסידישע אינגעלייט אין באלטימאר
חמרא טבא האט געשריבן:.......
הרב אייכענשטיין פון מרכז תורה ותפילה האט זיך אריינגעלליגט העלפען מסדר זיין
האפענטליך וועט ער מצליח אזוי ווי ער האט מצליח געווען מיט זיין אייגענע מרכז
קהל חסידים איז נישט אין זיין שכינות
-
- שר חמישים
- תגובות: 79
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:21 am
Re: התיישבות פון חסידישע אינגעלייט אין באלטימאר
חמרא טבא האט געשריבן:א ידיד האט געשריבן:דער מצב דארט איז בכלל נישט מיושב
קוק דא
שטייט נעמען פון רב וראש הכולל און מנהל
דא שוין נישט
דער לעצטער UPDATE איז פאר ניסן
די אינגעלייט האבען געפריווט דאווענען אין הויף אבער ר' מרדכי סניידער האט עס מבטל געווען
(ער איז נאך אלס כלוא בבית)
אפילו ווען די אנדערע בה"מ אין שטאט האבען זיך געעפענט איז קהל חסידים געווען
פארמאכט ביז לעצטענס האט דער כולל געלערנט אין בה"מ ערוגת הבושם
יעצט איז עס שוין אפען אבער דער מצב איז אנגעצויגען
אכט אינגעלייט גייען ווייטער
הרב יונגרייז דער ראש החבורה האט שטארקע ספיקות צו ער זאל זיך דארט באזעצען
די אנדערע אינגעלייט ווילען שטארק בלייבען און געפרעגט אבד"ק כוונת הלב
און ער האט זיי מיעץ געווען צוווארטען ביז פסח
הרב אייכענשטיין פון מרכז תורה ותפילה האט זיך אריינגעלליגט העלפען מסדר זיין
געהערט פון א אינגערמאן אז די בית המדרש איז געווארן א זעלבסשטענדיגע קהילה מיט א וועד וכדומה, און איז שוין נישט אינטער ר׳ מרדכי שניידער.
אויך הייסט עס אז הרב יונגרייז ציט זיך אהין.