חיים של פרנסה האט געשריבן: און איבעראל וועט סאטמאר האבן אן אייגענע חדר, מיר קענען די חברה...
נא, להגדיל תורה ולהאדירה.
וועסטו אבער מוזן האבן א תורה אויטאריטעט מיט די זעלטן זעלטענע אייגענשאפט פון צוזאמענעמען אלע 6 סאטמארס תחת קורת גג אחד, סוף כל סוף "אב אחד לכולנו" איין רבי, איין נוסח התפילה, די זעלבע ניגון אויף שלום עליכם, דאכט זיך אז נאר ביי די צייטונגען ווערן מיר פונאנדערגעטיילט..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מען דארף נאר ״באמת״ וועלן אוועקמופן... דאס איז די שווערסטע טשעלענדזש וואס יעדע נייע פלאץ גייט און וועט דורכגיין. פון די נייע ישובים זעלבסט פעלט באמת גארנישט.
און אויב מ'מופט נישט צום סוף איז אויך ווערט די talk אלעס אנדערש איז אויסגעדראשן, ווי דאווענסטו די ימים נוראים ? ביידע תפלות ? ווער איז בעל תפלה דארט ? (ווי למשל איך בין עכט אינטערסירט, יא?)
די נערישע זאך אז סאיז יאפיס אין זיי גייען אוועק גיין איז געווען די נושא פאר 10 יאר צוריק ,היינט איז די געגנט גארנישט מיט יאפיס סאיז געווארן א טייערע היפסטער געגענט טייערער פון מאנהעטען אין געוויסע געגענטער , אין מיליאנערען קויפן קאנדאס אין היייזער צו וואינען אין די געגענט ,
אין דעס איז סתם שקר אין קרוין הייטס אין און איסט סייד און אין בראונסוויל האבן היימישע יודן פונקט אזוי געהאט אייגענע הייזער פונקט ווי אין ווילאמסבורג איר קענט זיך נאכפרעגן ביי זיידעס אדער אנדערע וואס לעבן נאך
למעשה איז נאכנישט געווען דער נחשון וואס האט פארקויפט א הייזקע אין ווילי פאר גוים , אבער די מחשבה לאזט נישט טראכטן אז פריער ווי שפעטער גייט איין נחשון פארקויפן אין די איבריגע איז היסטאריע , ס'גייט לכאורה פארן שנעלער ווי מ'וויל קלערן אין ס'גייט זיין ליידער א גירוש , וואס די באדייט גירוש איז אונטער געשאטסט , פארשטייט זיך סאיז אלעס דמיונות אין איין באשעפער ווייסט וואס גייט זיין , אבער בדרך הטבע וויאזוי סאיז געפארן ביז יעצט , גייט די ענדע זיין ביטער ,מ'קען מיך אפווענדען וועגן סאיז אויף אזאך וואס גייט זיין , אבער אלע היימישע ריעל עסטעיט חברה זאגן די זעלבע , סאיז באמת א פחד
און נאך איין זאך וואס איך ווייס פון אביסעל אינסייד אינפא, ווען נישט די סאטמארע ראשי קהלה אין מנהלי המוסדות וואלטן שוין געווען נייע געגענטער און שטעטלעך , נאר וועגן זיי האבן נאר פון טראכטן אז טאמער סאיז דא א ניי שטעטל זענען זיי אויס א נומבער .....ליידער האלט עס דא
פיין די עשירים וועלן נישט דארפן אנטלויפן איך רעד פון דריי פערטעל ווילאמסבורג וואס זענען אויף רענט אויף זיי וועט מען ווארפן ווי הינט אינמיטן די נאכט , איך פערזענליך קעם קוים ווארטן איינצוקעשען וואס סאיז דא אין ווילי איך רעד פון די יונגעלייט
צו גיין פון איסט סייד קיין וויליאמסבורג אדער קרוין הייטס, איז די דזשאב געבליבן די זעלבע. אבער קיין אפסטעיט דארף מען דורך גיין צוויי ימ'ען, איינס איז קשה פרנסתו של אדם כקריעת ים סוף, און קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף.