שכונת בלומינג-גראוו, קרית יואל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר העשר
- תגובות: 28
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 5:33 pm
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
שטארקע זאך פאר בלומינגראוו
גראדע געווען די רוח החיים די לעצטע פאר יאר אין ישיבה גדולה חלק ד'
גראדע געווען די רוח החיים די לעצטע פאר יאר אין ישיבה גדולה חלק ד'
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
איז דאס א נייע זאך אז מען האט אנגעהויבן זיך צו באציען דערצו אלס ממש א געגנט אין קרית יואל?
איך זעה די לעטערהעד איז פון די קהלה פון קרית יואל און זיי רופן דאס אהן 'שכונת בלומינגראוו' דאכציך אז אין בולעטין איז עס אויך געשטאנען אזוי, 'קרית יואל - שכונת בלומינגראוו' איז דאס א הסכם פון ביידע זייטן?

- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
פ' לך לך האט געשריבן:איז דאס א נייע זאך אז מען האט אנגעהויבן זיך צו באציען דערצו אלס ממש א געגנט אין קרית יואל?
איך זעה די לעטערהעד איז פון די קהלה פון קרית יואל און זיי רופן דאס אהן 'שכונת בלומינגראוו' דאכציך אז אין בולעטין איז עס אויך געשטאנען אזוי, 'קרית יואל - שכונת בלומינגראוו' איז דאס א הסכם פון ביידע זייטן?
בעפאר א הסכם ברויך זיין א מחלוקה, ווי ווייט איך ווייס איז בכלל נישט מעלה ומוריד פאר קהילת סאטמאר מהרי"י צו בלומינגראוו איז אין די גלילות צו נישט
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם

איך ווייס נישט דעם פונקטליכן ענטפער אבער אויב די פארשטייסט נישט קען איך דיר העלפן שפעקולירן
(לגבי פארוואס די בולעטין האט פלוצים אפגעמאכט די וואך אזוי צו שרייבן ברויכסטו פרעגן ביים רעדאקציע)
די בלומינגראוו ווי אידן זענען סטאנציאנירט איז באמת א קליינע שכונה אינעם גרויסן ווילעזש אף סאוט בלומינגגראוו וואס געפינט זיך (טיילווייז) אינעם נאך גרעסערן טאון אף בלומינגגראוו, אין אראנזש קאונטי, ניו יארק, יו עס אף אמעריקע, וואס איז אינמיטן פלאנעט 'ארץ' (Earth)
בלומינגגראוו איז נאך נישט גענוג אלט צו האבן עסטעבלישט אייגענע קהלות, הצלה, היימישע פייער וואלאנטיער סיסטעם, חברים, מוסדות ועוד. ווי א טאג, חודש און יאר מער ס'גייט פארריבער, דערזעהט מען זיך מיט נאך און נאך זעלבסשטענדיגע סערוויסעס
צוליב דעם נוצט מען דערווייל סערוויסעס פון די דערנעבנדיגע שטעט, וואס די נענטסע דערפון איז קרית יואל, וואס בלומינגגראוו שפירט פאר א זכי' צו זיין אין איר שכינות
אויף דעם איז תלמידי וחסידי מהרי"י שטארק דאנקבאר פאר די קהילה פונעם דערנעבנדיגן שטאט קר"י פארן אזוי שיין ארייננעמען אונטער אירע פליגלען פאר ביז מען דערזעהט זיך מיט גענוג סאורסעס צו קענען פירן גענצליך זעלבסשטענדיג
אזוי שפעקוליר איך
- derech eretz
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4486
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
ס'איז פשוט א קלוגע אינוועסטמענט, אז אין עטליכע יאר ארום ווען בלומינגראוו וועט איבערוואקסן קרית יואל זאלן זיי מכיר טובה זיין און ארויסהעלפן די אלט-שטאט איינוואוינער מיט זייערע געברויכן..
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 524
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
*ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!!*
ברעיקינג!
ביי א מיטינג אינעם ווילעדזש אוו סאוט בלומינגראוו, איז יעצט באשטעטיגט געווארן די אויפבוי פון א שפאגל-נייע געביידע, א הערליכער נייער צייטווייליגער
*ביהמ״ד דקהל יטב לב ד׳סאטמאר (מהרי"י) שכונת בלומינגראוו*
אויף א *פרישע פראפערטי* וואס איז אפגעקויפט געווארן הארט קעגן איבער דעם שטח החדש פונעם פערמאנענטן ביהמ״ד הגדול והחדש וואס איז יעצט אין די פלאנירונג פאזעס!
אומר ועושה!!! דער אויפבוי פונעם צייטווייליגער ביהמ״ד אויפ׳ן אדרעס פון 2 Duelk Road *הייבט זיך אן בעז״ה תיכף ומיד, דעם דאנערשטאג*, און וועט אהערשטעלן א נאבעל-שיינער היכל הגדול ומפואר, חדרי התורה והתפלה, מיט א מקוה מפוארה פאר אלע אנ״ש תושבי השכונה, אלס בית גדול לתורה ולתפילה בשבתות וימים טובים וכל ימות השבוע, א ליכט טורעם פאר׳ן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר תלמידי וחסידי רבינו הקדוש זי״ע ויבלחט״א כ״ק מרן רבינו שליט״א!
*די בליציגע בשורה טובה קומט בו ביום, אין זעלבן טאג, וואס קהל יטב לב האט ב״ה דורכגעפירט דעם ווייטגרייכנדן שריט, בהורמנותא דמלכא ובפקודת הקודש פון כ״ק מרן רבינו שליט״א מיט׳ן התמנות פונעם דומ״ץ קהלתינו הקדושה אין בלומינגראוו, וואס שטעלט אוועק די רוחניות׳דיגע יסודות הקהלה על יסודות איתנים, לשם ולתפארת!*
*אנ״ש אין קרית יואל קוועלן פאר פרייד און גליק פון די נאכאנאנדע אומאפשטעלבארע הרחבת גבולי הקדושה וואס מארשירט פאראויס בעוז וברמה, ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה מיט אומגעהויערע שנעלקייט און פעסטקייט אלס שטאלץ פאר די סאטמארער אימפעריע בכל קצוי תבל.*
הנהלת הקהלה אין קרית יואל באדאנקט זיך פאר די עסקני יו.זשעי.סי. וועלכע זענען צוגעשטאנען מיט א מורא׳דיגער געטריישאפט דאס צו מאכן פאסירן, לטובת תושבי העיר. תשואו חן חן להם!
*מזל טוב בלומינגראוו! ואחריתך ישגה מאוד!!!*

סקיצע פון די שול
- אטעטשמענטס
-
- EDE74B8C-DDA3-4C0E-A98F-C01DDCE776F7.jpeg (275.71 KiB) געזען 3116 מאל
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
שטארקע חסיד האט געשריבן:קדמה פניו בתודה ובזמירות
צו דעם געהויבענעם מאמענט ווען דער דיין שליט״א ציעט זיך אריבער צו אונז אין שטאט וועט פארקומען בעזהשי״ת היינט נאכט
א מסיבת לחיים וואו אלע אנשי שלומינו וועלן זיך אינאיינעם צוזאקומען און אויפנעמען דעם דיין שליט״א בכבוד התורה כראוי וכיאות אין שטוב פון הרה״ח ר׳ מענדל ראזענבערג שליט״א
היינט נאכט בשעה 9:15
תנו כבוד לתורה - כי תקדמנו ברכת טוב!
- אטעטשמענטס
-
- IMG-20210823-WA0009.jpg (286.84 KiB) געזען 2971 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
אה ר' מנחם נתנאל, א לייטישע אויסוואהל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
וואס עפעס "צייטווייליגע" שול?
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
ערמון האט געשריבן:וואס עפעס "צייטווייליגע" שול?
געהערט מען פלאנט אויפן ביז יעצטיגען לאט א גאר גערויסע פראכטפילער בית מדרש וואס זאל זיין די צענטער פאר תושבי בלומינגראוו
אבער עס האלט נאך אינמיטן די פלענער

מאמענטאל האט געשריבן:ערמון האט געשריבן:וואס עפעס "צייטווייליגע" שול?
געהערט מען פלאנט אויפן ביז יעצטיגען לאט א גאר גערויסע פראכטפילער בית מדרש וואס זאל זיין די צענטער פאר תושבי בלומינגראוו
אבער עס האלט נאך אינמיטן די פלענער
עס נעמט זייער לאנג די פלענינג
על "טעם וריח" אין להתווכח
- פארפלאנטערט
- שר האלפיים
- תגובות: 2479
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
ערמון האט געשריבן:וואס עפעס "צייטווייליגע" שול?
לויט ווי איך האב געהערט קומט 2 גרויסע שולן אין בלומינג-גראוו, אבער דאס גייט נעמען עטליכע יאר צו בויען
גייט מען יעצט בויען א צייטווייליגע שוהל וואס נעמט צו בויען אין עטליכע וואכן, עס גייט אויך האבן א מקוה
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
derech eretz האט געשריבן:ס'איז פשוט א קלוגע אינוועסטמענט, אז אין עטליכע יאר ארום ווען בלומינגראוו וועט איבערוואקסן קרית יואל זאלן זיי מכיר טובה זיין און ארויסהעלפן די אלט-שטאט איינוואוינער מיט זייערע געברויכן..
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
בלומינגראוו האט גוט אטריינגעכאפט!
הרה"ג ר' מנחם נתנאל שליט"א איז אויסגערופן מיט זיינע קלארע און הפלא'דיגע שיעורים אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג
הרה"ג ר' מנחם נתנאל שליט"א איז אויסגערופן מיט זיינע קלארע און הפלא'דיגע שיעורים אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
אידיש.טייפינג האט געשריבן:בלומינגראוו האט גוט אטריינגעכאפט!
הרה"ג ר' מנחם נתנאל שליט"א איז אויסגערופן מיט זיינע קלארע און הפלא'דיגע שיעורים אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג
געהערט פון איינער פון די משתתפים נעכטן ביים 'לחיים' אז דער ציבור איז נתפעל געווארן פון זיין לשון לימודים.
על "טעם וריח" אין להתווכח
- אדם א מענטש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3775
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
farshlufen האט געשריבן:אה ר' מנחם נתנאל, א לייטישע אויסוואהל.
וועמענס זון?
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
oahmentchאצלgmail.com
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
אדם א מענטש האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:אה ר' מנחם נתנאל, א לייטישע אויסוואהל.
וועמענס זון?
טשענגער רב ז"ל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
שנאפס האט געשריבן:פ' לך לך האט געשריבן:איז דאס א נייע זאך אז מען האט אנגעהויבן זיך צו באציען דערצו אלס ממש א געגנט אין קרית יואל?
איך זעה די לעטערהעד איז פון די קהלה פון קרית יואל און זיי רופן דאס אהן 'שכונת בלומינגראוו' דאכציך אז אין בולעטין איז עס אויך געשטאנען אזוי, 'קרית יואל - שכונת בלומינגראוו' איז דאס א הסכם פון ביידע זייטן?
בעפאר א הסכם ברויך זיין א מחלוקה, ווי ווייט איך ווייס איז בכלל נישט מעלה ומוריד פאר קהילת סאטמאר מהרי"י צו בלומינגראוו איז אין די גלילות צו נישט
"קרית יואל רבתי" אין וואכענשריפט.
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
אשריכם! בלומינג-גראוו אשריכם!
צו זוכה זיין צו אזא מורא'דיגע דומ"ץ, וואס ענטפערט יעדע שאלה מיט אזא קלארקייט און שטארקייט אן קיין ספיקות, אהוב לשמים ואהוב לבריות, פארשטייט אויך צום 5'טן חלק... א בחינה פון נהנים ממנו עצה ותושיה... פארשטייט צו נפש, חינוך, די ליסט איז צו לאנג... א כל-בו, בעל תפלה, בעל קורא, בעל תוקע, בעל דרשן, אויסגעקאכט אין עבודת ה', לשון לימודים אין זיינע געוואלדיגע שיעורים, קלאר צום פינטל אן קיין איבעריגע אריכות, בבחי' פיקודי ה' ישרים משמחי לב, און ועל כולם א בקי בכל מכמני התורה.
בלייבט איבער צו וואונטשן די דיין זאל מצליח זיין אין אלע ענינים צו משפיע זיין מהודו תורה ויראת שמים אויף לאנגע געזינטע יארן.

.
- אטעטשמענטס
-
- IMG-20210825-WA0129.jpg (167.51 KiB) געזען 1339 מאל
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
האביך הנאה צו זען אז מען שטעלט אויכעט עפעס צו פאר די גויאישע שכנים...
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
ןןאס איז דאס איז דאס וויזניץ וויליאמסבורג ישיבה אדער די בנין איז זייער
ביטע קומט אריין קלאר יישר כח מיינע בלומינג גראוו חבירים
https://goo.gl/maps/w6jf8BAq8L8WB5SFA

זאגט די הייליגע קדשת לוי פאר וואס תשבי נישט משה ?
ווייל תשבי לעבט אין אונזער דור און ווייסט אונזער ניסיונות
ווייל תשבי לעבט אין אונזער דור און ווייסט אונזער ניסיונות
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
ערמון האט געשריבן:האביך הנאה צו זען אז מען שטעלט אויכעט עפעס צו פאר די גויאישע שכנים...
עכו"ם בעי חיי יהודאי לא בעי חיי?
- derech eretz
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4486
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm
Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.
תיקו האט געשריבן:ןןאס איז דאס איז דאס וויזניץ וויליאמסבורג ישיבה אדער די בנין איז זייער
ביטע קומט אריין קלאר יישר כח מיינע בלומינג גראוו חבירים
https://goo.gl/maps/w6jf8BAq8L8WB5SFA
דאס איז א ליטווישע ישיבה.
וויזשניץ ישיבה גדולה וקטנה איז דא.
Sleepy Hollow Rd
https://maps.app.goo.gl/6VnyfTD7PoRQ4qtP9