מארגעזש עדווייזער האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:נישטא נאך קאנדאס/ביליגע דירות אין טאמס ריווער, בכלל מוז מען דארט בויען פריוואטע הייזער און ס'דארף האבן בערך א עיקאר (around that range) לאט.
וויפעל קאסט אין לעיקוואד אדער די גרעניצן פון טאמס ריווער לעיקוואד קאנדאס ? הגם דאס איז נישט קיין קאנדא ממש סאיז א עטטעשטד טאון הויז , אין פארשידענע דעוועפלמענטס אין לעיקוואד/טאמס ריווער זענען די הייזער פאר היימישע אידן עטטעשטד אדער סעמי עטטעטשד פון איין זייט? וואס איז די ביליגסטע פער סקווער פיס וואס איז עוועליבעל?
1. ווי @וואס טוט זיך זאגט, אין טאמס ריווער און אין דזשעקסאן איז נישטא נאך אזא דעוועלאפמענט. דארט מעג מען נאר בויען בערך א הויז אויף אן עיקער.
2. קאנדאס האבן אן אנדערן דין ווי טאון האוזע'ס, זינט זיי זענען פיל ביליגער מיט טעקס, און האבן אנדערע כללים לגבי מארטגעדזש פראסעסינג. כ'גלייב אז אלס מארגעדזש עדווייזער ווייסטו דערפון. דעריבער איז נישט שייך צו ברענגען קיין כלל און ראי' פון אנדערע הייזער צו דעם.
3. די פרייז פאר טאון האוז'עס און דופלעקס'עס אין 'לעיקוואוד' לויפט בערך צווישן 126 און 150. געוואנדן אינעם פראיעקט, סטיל געבוי און נאך.
למעשה איז מער נישט פארהאן קיין פלענער פאר טאון האוז'עס אין לעיקוואוד אויך נישט, זינט די קאונטי האט גענומען די צעשטופטע בויעריי אין די הענט אריין. כעת איז נאר דא אפאר פראפערטיס מיט אלטע אפראוועלס. איינס דערפון איז קרית וויזניץ. יעצט קען מען נאר קריגן פאר דופלעקס'עס.
פארהאן יעצט אויפן טיש אן ענליכער פראיעקט ווי ריווערוואוד טשעיס אין לעיקוואוד גופא (מיט א אלטע אפראוועל) אויף וואס די היימישע האלטן אן אויג, דער עיכוב דערצו דערווייל איז אז דער דעוועלאפער וויל בעטן בערך 165 פער סק. פוס, און די היימישע א. ג. רוצחים פון אימפעריעל ווילן זיך נישט לאזן. טענה'נדיג אז עס איז הימלשרייענד טייער. שרייט אלע 'מייקרי השער'.