ריכטיג און נישט ריכטיגPorfavor האט געשריבן:
לעת עתה איז נישט דא קיין "צענטער פון געגנט".
און ממה נפשך אויב איז דא אזאלעכע הויעכע האפענונגען אז עס גייט זייער שנעל ווערן א צענטער פון געגנט דעמאלץ איז פארעסטבורג שוין אין די מינוט אין די זעלבע בחינה ווי עירמאנט, ניו סיטי אדער בלומינג גראוו.
אין אנדערע ווערטער יו קענט העוו איט באוט וועיס. אויב איז עס א נייע געגנט דעמאלץ דארפן די פרייזן עס ריפלעקטירן.
אויב איז עס א גוטע געגנט מיט א גאנץ יעריגע צענטער דעמאלץ זענען אלע קלענערע ארומיגע געגנטער פונקט אזוי חשוב.
עס איז אמת אז די אידישע [נייע] געגענט טאר נישט זיין טייערער ווי די ארומיגע געגענטער, פון די אנדערע זייט איז אבער דארט אויך דא טייערערע און ביליגערע געגענטער, אין מאנטיסעלאו גופא ווי די עולם וואוינט איז טייערער ווי דיין לינק פון פארעסטבורג, ווייל די ווילעדש קאסט טייערער צוליב אנדערע פאקטארן, גארנישט מיט אידן (קענסט פרעגן פארוואס זענען די אידן אהונגעגאנגען? דו זעלבע סיבה פארוואס עס איז טייערער)