אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

ווען אונטערן חופה דו שטייסט
ליידער אָן די בארד און פיאות
אבער מיט א צובראכענע גייסט
באגלייט מיט אהבה ורעוּת

דערמאן זיך נאר פון אמאל
שיין און ריין ביסטו געווען
אבער היינט אין א טיפע טאָל
מיט דיין אידישע צורה - וואס איז געשען

זיך געלאזט ווי א פליג
פונעם שלעכטן יצר
פארלוירן אינעם קריג
מיטן ביטערן אנרייצער

אצינד איך זע דיין געוויין
וויאזוי האסטו עס פארזען
דיין איידעלע אידישע חן
אוי ווי ליכטיג איז עס געווען

וויין וויין, מיין טייערע ברודער
בעט פאר א גוטע לעבן
דיין חרטה אין אלע גלידער
ווייזט אויף דיין אמת'ע שטרעבן

איך וויין מיט דיר צוזאמען
די געפילן פליסן ווי א קוואל
צוזאמען מיט דיין טאטע און מאמע'ן
זעען מיר דיין אמת'ע שטראַל

מי בן שיח שושן חוחים
די ווערטער שניידן אריין
אהבת כלה משוש דודים
ווער קען דיר דען פארשטיין

אצינד ווען דו בויסט דיין הויז
האלט זיך נישט קלענער
די עבַר מאכט נישט אויס
דו ביסט היינט אסאך שענער

עוד ישמע בערי יהודה
שטארק זיך מיין טייערע ברודער
הוא יברך את החתן ואת הכלה
דו וועסט נאך שיינען, זאגן אלע
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
פה מפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

שטארק!
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

א מזרח ווינטל אריין געבלאזן
אין דען צובראכענעם חתן

זייער שיין הרב מזרח
מיט דיין געלונגענעם שפראך
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
ווען אונטערן חופה דו שטייסט
ליידער אָן די בארד און פיאות
אבער מיט א צובראכענע גייסט
באגלייט מיט אהבה ורעוּת

דערמאן זיך נאר פון אמאל
שיין און ריין ביסטו געווען
אבער היינט אין א טיפע טאָל
מיט דיין אידישע צורה - וואס איז געשען

זיך געלאזט ווי א פליג
פונעם שלעכטן יצר
פארלוירן אינעם קריג
מיטן ביטערן אנרייצער

אצינד איך זע דיין געוויין
וויאזוי האסטו עס פארזען
דיין איידעלע אידישע חן
אוי ווי ליכטיג איז עס געווען

וויין וויין, מיין טייערע ברודער
בעט פאר א גוטע לעבן
דיין חרטה אין אלע גלידער
ווייזט אויף דיין אמת'ע שטרעבן

איך וויין מיט דיר צוזאמען
די געפילן פליסן ווי א קוואל
צוזאמען מיט דיין טאטע און מאמע'ן
זעען מיר דיין אמת'ע שטראַל

מי בן שיח שושן חוחים
די ווערטער שניידן אריין
אהבת כלה משוש דודים
ווער קען דיר דען פארשטיין

אצינד ווען דו בויסט דיין הויז
האלט זיך נישט קלענער
די עבַר מאכט נישט אויס
דו ביסט היינט אסאך שענער

עוד ישמע בערי יהודה
שטארק זיך מיין טייערע ברודער
הוא יברך את החתן ואת הכלה
דו וועסט נאך שיינען, זאגן אלע
:-( ;l;p-
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הערליך, ערליך!

--

אבער...

לאז די סטרונעס
פון הארציגע נגינה
ווען דו ביסט אין עס
אריינברענגען די שכינה


טרערן פארן לעבן
דער חתן בעט ער
זאל נאר זיין דער שטרעבן
ממשיך צי זיין שפעטער

דיין חתונה טאג גרויס
נישט נאר אונטער די שטאנגען
אויך פון יחוד שטיבל ארויס
ברענג מיט די הארציגע געזאנגען

אויפן אקסל ארויף
צום באשעפער זיך הייבן
דער מחול ותוף
חסידיש זאל בלייבן

אלט און יונג
זאלן שפירן באקוועם
צו גיבן א שפרונג
קיין חילוק מיט וועם

דיין חתונה וועט ווערן פארשריבן
אלס וועלטס חידוש
מיין חתונה איז געבליבן
ערליך און אידיש!


(סאררי פארן פארדרייען דא....)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
הערליך, ערליך!
אט אזוי!

געשריבן האב איך די שורות
נאכן זען מיין חבר'ס ירידות
אבער ביים חופה אזוי הייליג
הלוואי בלייבן אויף אייביג
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
הערליך, ערליך!
אט אזוי!

געשריבן האב איך די שורות
נאכן זען מיין חבר'ס ירידות
אבער ביים חופה אזוי הייליג
הלוואי בלייבן אויף אייביג
וואו! זייער שיין!
ביידע פון אייך אזוי גוט ארויסגעברענגעט.

זאל ער ממשיך זיין אויף גוטע וועגן.
צו הקב”ה אייביג שטרעבן.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

גאר שטארק!!! נישט געוואוסט דו קענסט דאס אויך..

נאך מיט @ענדע'ס השלמה....
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

;l;p-
הקולמוס שלי האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
הערליך, ערליך!
אט אזוי!

געשריבן האב איך די שורות
נאכן זען מיין חבר'ס ירידות
אבער ביים חופה אזוי הייליג
הלוואי בלייבן אויף אייביג
וואו! זייער שיין!
ביידע פון אייך אזוי גוט ארויסגעברענגעט.

זאל ער ממשיך זיין אויף גוטע וועגן.
צו הקב”ה אייביג שטרעבן.
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
הערליך, ערליך!
אט אזוי!

געשריבן האב איך די שורות
נאכן זען מיין חבר'ס ירידות
אבער ביים חופה אזוי הייליג
הלוואי בלייבן אויף אייביג
אה.. געוואונדערט אויף וואס די פסוק רעדט זיך
שטארק שטארק!
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

אגב דאס איז מער א מוסר שמועס ווי אינספעראציע
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

כ'קען נישט דעם חתן, אבער די ווערטער זענען גאר ווארים און שטארק. ענדע'ס שורות לייגן נאר צו…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אינספיראציעס ביים הארציגן חופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זייער רירנד און אמת'דיג, און אויך שיין...
ענדע צדיק! האט געשריבן:
wow!!!

א פאר היצירה!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”