סליחות מיט פארטרערטע מוזיק
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
סליחות מיט פארטרערטע מוזיק
טאטי!
איך קען דיר נישט אין די אויגן קוקן,
איך שעם זיך אין פנים אריין,
איך וויל דיר מיינע הייסע תפילות שיקן,
אבער איך קען פשוט נישט, ניין.
איך וויל אזוי שטארק בעטן,
אז דו זאלסט מיר מוחל זיין,
איך וויל עטליכע טריט צוריקטרעטן,
אבער איך קען פשוט נישט, ניין.
אזוי ווי דער יתום׳ל מיט די אלף בית,
קען נישט עברי אבער כליפעט מיט געוויין,
מיין הארץ קאכט פאר דיר אזוי הייס,
אבער איך קען פשוט נישט, ניין.
איך וויל דיר אזויפיל זאגן,
איך בין א שוגג ביטע טוה פארשטיין,
איך וויל נישט מיט דיר זיין צושלאגן,
אבער איך קען פשוט נישט, ניין.
איך האב גענוג אויף מיין קעפל,
אנגעפילט איז דאס הארץ מיין,
איך וויל זיך דערהייבן כ׳זוך א טרעפל,
אבער איך קען פשוט נישט, ניין.
ווי אן ארעמאן קלאפט ביי דיין טיר,
טוה איך היינט פאר דיר שטיין,
הלואי כ׳קען ארויסברענגען וואס איך שפיר,
אבער איך קען פשוט נישט, ניין.
דעריבער נעם אן מיין סליחה,
כאטש איך זינג און ס׳זעט אויס געמיין,
כולם יודו ויברכו וישבחו ויפארוך,
מיר קענען פשוט נישט בעסער, ניין.
איך קען דיר נישט אין די אויגן קוקן,
איך שעם זיך אין פנים אריין,
איך וויל דיר מיינע הייסע תפילות שיקן,
אבער איך קען פשוט נישט, ניין.
איך וויל אזוי שטארק בעטן,
אז דו זאלסט מיר מוחל זיין,
איך וויל עטליכע טריט צוריקטרעטן,
אבער איך קען פשוט נישט, ניין.
אזוי ווי דער יתום׳ל מיט די אלף בית,
קען נישט עברי אבער כליפעט מיט געוויין,
מיין הארץ קאכט פאר דיר אזוי הייס,
אבער איך קען פשוט נישט, ניין.
איך וויל דיר אזויפיל זאגן,
איך בין א שוגג ביטע טוה פארשטיין,
איך וויל נישט מיט דיר זיין צושלאגן,
אבער איך קען פשוט נישט, ניין.
איך האב גענוג אויף מיין קעפל,
אנגעפילט איז דאס הארץ מיין,
איך וויל זיך דערהייבן כ׳זוך א טרעפל,
אבער איך קען פשוט נישט, ניין.
ווי אן ארעמאן קלאפט ביי דיין טיר,
טוה איך היינט פאר דיר שטיין,
הלואי כ׳קען ארויסברענגען וואס איך שפיר,
אבער איך קען פשוט נישט, ניין.
דעריבער נעם אן מיין סליחה,
כאטש איך זינג און ס׳זעט אויס געמיין,
כולם יודו ויברכו וישבחו ויפארוך,
מיר קענען פשוט נישט בעסער, ניין.
לעצט פארראכטן דורך טישטוך אום זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 5:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: סליחות מיט פארטרערטע מוזיק
זייער ווארים!
הערליך!
והשיבני, סלחתי!
(הערה, איך מיין אז אז "געמיין" איז צו אייגנארטיג עס איבערצונוצן צוויי מאל)
הערליך!
והשיבני, סלחתי!
(הערה, איך מיין אז אז "געמיין" איז צו אייגנארטיג עס איבערצונוצן צוויי מאל)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
Re: סליחות מיט פארטרערטע מוזיק
פארראכטן.שטומפיג האט געשריבן:זייער ווארים!
הערליך!
והשיבני, סלחתי!
(הערה, איך מיין אז אז "געמיין" איז צו אייגנארטיג עס איבערצונוצן צוויי מאל)
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: סליחות מיט פארטרערטע מוזיק
טישטוך האט געשריבן:פארראכטן.שטומפיג האט געשריבן:זייער ווארים!
הערליך!
והשיבני, סלחתי!
(הערה, איך מיין אז אז "געמיין" איז צו אייגנארטיג עס איבערצונוצן צוויי מאל)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Re: סליחות מיט פארטרערטע מוזיק
זייער שיין
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.
קרעדיט
@וועלטס מבין
קרעדיט
@וועלטס מבין
- עומד מן הצד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3393
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm
Re: סליחות מיט פארטרערטע מוזיק
הערליך!
- טעוועליך
- שר האלף
- תגובות: 1359
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
- לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט
Re: סליחות מיט פארטרערטע מוזיק
האסט מיר ארויסגעברענגט טרערן
געוואלדיג!!!
געוואלדיג!!!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2650
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
- לאקאציע: אומאן!
Re: סליחות מיט פארטרערטע מוזיק
אויש… ווען דער טישטוכ’ל שארפ’ט זיך דאס פעדער’ל,
מיינע הרגשים ווערן צועפענט… מיין זעהל ווערט פארכאפט מיט ווארעמקייט, און מיינע טיפסטע סטרונעס ווערן ערוועקט אין מיין הארץ,
@טישטוך, וְלָשׁוֹן אֲשֶׁר שַׂמְתָּ בְּפִינוּ, )קען אויך מיינען בכתב, הֵן הֵם יוֹדוּ וִיבָרְכוּ, (זינגט מען א לידעלע,) וִישַׁבְּחוּ, וִיפָאֲרוּ, און מיר טוען ארויסברענגען דיין שיינקייט אלס מלך רחום וחנון, אֶת שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ תָמִיד. כִּי כָל פֶּה לְךָ יוֹדֶה,
זינגען מיר מיר און דאנקן דיר אויף אלע גוטס וואס דו טוסט שטענדיג מיט אינז.
יא ער נעמט אהן אינזער געשריי,
מיר דארפן בעטן, ער געט א פארציי,
א יאר פון מזל וברכה, א יאר מיט פיהל הצלחה!

ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!
משיח…? למספרם!
משיח…? למספרם!
Re: סליחות מיט פארטרערטע מוזיק
כ'בין געטאטשט.
מייסטערהאפטיג מיט א שטארקע נקודה.
מייסטערהאפטיג מיט א שטארקע נקודה.
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: סליחות מיט פארטרערטע מוזיק
מאסיוו שיין ארויסגברענגט דער גלות.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- פשטא
- שר האלפיים
- תגובות: 2440
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
- לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד
Re: סליחות מיט פארטרערטע מוזיק
סלחתי כדבריך!
טיטשוך, די לאזט נישט דעם טיש נאקעט, נייס קאווער!
טיטשוך, די לאזט נישט דעם טיש נאקעט, נייס קאווער!
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4023
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: סליחות מיט פארטרערטע מוזיק
שיין שיין.
ש'כח טישטוך!
ש'כח טישטוך!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.