אהבת חינם.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

אהבת חינם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

קאלט און נאס,
די לופט עס שטיקט.
צו די טונקעלע גאס,
געווארן פארשיקט.

געגלייבט וואלט ווער,
צוריק טויזענט יארן,
נאך אזויפיל יאר מער,
עולה רגל נישט פארן.

אוי טאטע ס'רייסט,
איך בענק צו דיר.
שוין אזויפיל פארפאסט,
נאכאלץ איך פראביר.

יאר נאך יאר אזוי,
ס'פלאצט דער מח.
וואו ביזטו אוי אוי?
ברענג משיח מיט כח!

אויב יעצט די דור,
משיח נישט געקומען,
איז פשוט פשט נאר,
אז מיר דארפן פארנעמען:

אהבת חינם צו יעדן,
א איד אויב ער איז,
שנאת חינם אויפגעבן,
אזוי טון מען מוז.

איך נעם זיך אונטער,
ליבשאפט נאר געבן,
פריש און מונטער,
מיין חבר אויפצולעבן,

ווייל א איד אייביג,
די צורה קיין חילוק,
חלק ממעל הייליג!
האלט עס נישט ביליג.

ברודערל מיין,
מיין האנט נעם,
מיטן באשעפער צוזאם,
ואהבת את השם.

א אחדות פארשפרייטן,
ס'זאל אריבער פליסן,
פון איין איד צום צווייטן,
אין איין קייט אנשליסן,

אלע אידן ווי איין,
לאמיר אויסשרייען,
מיטן באשעפער אליין,
א קשר באנייען,

א גאולה פרטי,
פאר כלל ישראל,
מיט אהבה אמיתי,
גוי אחד אויפאיינמאל!

ואולי בזכות אהבת חינם יבנה בית המקדש השלישי!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אהבת חינם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

הריני מקבל עלי מצוות עשה של ואהבת לרעך כמוך, ליב צו האבן יעדער איד אין יעדער מצב, נישט קיין חילוק צו ער איז א פרומער אדער אפגעפארן, א חסיד אדער א מתנגד, אינג אגער אלט, קלוג אדער משוגע, נייס אדער טשעפעדיג, גיי איך פראבירן אים צו אנעמען און ליב האבן אהבת חינם.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
לייכט טורעם
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2022 1:08 am

Re: אהבת חינם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייכט טורעם »

מאסיוו!
דארף מיר זיך טאקע אונטערנעמען.
באלייכטן דיין ארום מיינט נישט אייביג ליכטיג מאכן דיין ארום, עס מיינט אויך אמאל לייכט מאכן פאר דיין ארום.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אהבת חינם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

הערליך!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אהבת חינם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

הארציג! אמן כן יהי רצון
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אהבת חינם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הארציג און נאטירלעך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: אהבת חינם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

שיין שיין!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אהבת חינם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

זייער שיין..!
ש'כח ביסלי
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”