יומם ולילה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
יומם ולילה
טאג און נאכט
האבן זיך פארמישט
מיין הארץ פארמאכט
און מיין מח צונישט
אמאל פלעגט טאגן
ליכטיגע שטראלן
כ’האב געקענט זאגן
כ’וועל נישט פאלן
מיינע זיסע זיכרונות
בראטען זיך אין הארץ
מיט צוריסענע צינורות
אינגאנצן פארשווארצט
איך טו שווימען
אין וואסערן טיפע
פון וואלן צונימען
פארשוועמט יעדע שאיפה
בלוט טוט רינען
פון אלע גלידער
נישט ביים זינען
איך ליג א מידער
אזוי פארטונקעלט
געמיינט סיז נאכט
מיין אויגן פינקעלט
אבער די זון לאכט
שטראלן ער שיקט
קען זיין עס טאגט
זיין היץ עס שטיקט
פארשוויצט מיט פלאג
פון זייט די לבנה
פרעגט איך איר
וואס איז די הבנה
וויפול איז דער שיעור?
האבן זיך פארמישט
מיין הארץ פארמאכט
און מיין מח צונישט
אמאל פלעגט טאגן
ליכטיגע שטראלן
כ’האב געקענט זאגן
כ’וועל נישט פאלן
מיינע זיסע זיכרונות
בראטען זיך אין הארץ
מיט צוריסענע צינורות
אינגאנצן פארשווארצט
איך טו שווימען
אין וואסערן טיפע
פון וואלן צונימען
פארשוועמט יעדע שאיפה
בלוט טוט רינען
פון אלע גלידער
נישט ביים זינען
איך ליג א מידער
אזוי פארטונקעלט
געמיינט סיז נאכט
מיין אויגן פינקעלט
אבער די זון לאכט
שטראלן ער שיקט
קען זיין עס טאגט
זיין היץ עס שטיקט
פארשוויצט מיט פלאג
פון זייט די לבנה
פרעגט איך איר
וואס איז די הבנה
וויפול איז דער שיעור?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
Re: יומם ולילה
זייער שיין און הארציג.
זאלן מיר שוין זוכה זיין צום יום אשר הוא "לא יום ולא לילה".
א יישר כח אייך.
זאלן מיר שוין זוכה זיין צום יום אשר הוא "לא יום ולא לילה".
א יישר כח אייך.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
- סאבאבא
- שר האלפיים
- תגובות: 2489
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
- לאקאציע: וואנזיניגאציע
Re: יומם ולילה
ביסלי! געוואלדיג! צו באלעקן די פינגערס.
Re: יומם ולילה
מורא'דיג!
טיף און צום פינטל, גאר שטארק ארויסגעברענגט!!
טיף און צום פינטל, גאר שטארק ארויסגעברענגט!!
Re: יומם ולילה
Bissli האט געשריבן:טאג און נאכט
האבן זיך פארמישט
מיין הארץ פארמאכט
און מיין מח צונישט
אמאל פלעגט טאגן
ליכטיגע שטראלן
כ’האב געקענט זאגן
כ’וועל נישט פאלן
מיינע זיסע זיכרונות
בראטען זיך אין הארץ
מיט צוריסענע צינורות
אינגאנצן פארשווארצט
איך טו שווימען
אין וואסערן טיפע
פון וואלן צונימען
פארשוועמט יעדע שאיפה
בלוט טוט רינען
פון אלע גלידער
נישט ביים זינען
איך ליג א מידער
אזוי פארטונקעלט
געמיינט סיז נאכט
מיין אויגן פינקעלט
אבער די זון לאכט
שטראלן ער שיקט
קען זיין עס טאגט
זיין היץ עס שטיקט
פארשוויצט מיט פלאג
פון זייט די לבנה
פרעגט איך איר
וואס איז די הבנה
וויפול איז דער שיעור?
יא יא, מיין טייערער
דיין פיין איז אין לשער
ווי אזוי קען איך דיך טרייסטען
די יאוש פון דיר אוועקרייסען
אזויפיל מאל שוין געמיינט
אז גוט זיין וועט שוין פון היינט
אבער צום סוף נעבעך
ביים אלטען מען טרעפט זיך
גערעגט, האפענונגסלאז, פארלאזט
חושך, ביטערניש מען קאסט
אראפגעשלעפט די מוט איז
אויסגעטריקענט פון יעדער לחלוחית
מיט א שמייכלדיגער מאסקע ארומגיין
קיינער זאל נישט זעהן דער געוויין
ארומגענומען מיט פריינט איבעראל
אבער אין הארצן "אליינס" מען פילט אלעמאל
די וועסט שוין זיין אריבער האסטו געמיינט
אבער דערווייל טוט עס נאך אלץ וויי היינט
מיין טייערער פריינט איך זיץ לעבן דיר
און שפיר מיט, מיט דיר אן א שיעור
די ביסט א טריט נענטער צו ליכטיגקייט
דיין לעבן וועט האבן סאך א טיפערער באדייט
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 268
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm
Re: יומם ולילה
פליסיגע שורות געשריבן גלייך ארויס פונעם טיפסטע קאמער אין הארצן
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 817
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm
Re: יומם ולילה
Bissli האט געשריבן:
איך טו שווימען
אין וואסערן טיפע
פון וואלן צונימען
פארשוועמט יעדע שאיפה
מוראדיג!!
איך רילעיט זייער צו דיין שפראך אין גאנג.
- נשמת השכל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4649
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
- לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...
Re: יומם ולילה
זייער שיין!
זייער צובראכן און ווייטאגליך און פיהל מיט פיין.
פון טיפעניש פון הארצן קוקט עס אויס צו זיין!
זייער צובראכן און ווייטאגליך און פיהל מיט פיין.
פון טיפעניש פון הארצן קוקט עס אויס צו זיין!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Re: יומם ולילה
יקשן האט געשריבן:מורא'דיג!
טיף און צום פינטל, גאר שטארק ארויסגעברענגט!!
ביסלי איז דע מען!
און יקשן איז אויך נישט אוועקצומאכן
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
- מתמודד
- שר האלף
- תגובות: 1656
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
- לאקאציע: בין כל הרעשים
Re: יומם ולילה
שטארק הנאה געהאט פונעם פאעזיע, דאס איז עקטשעלי מיין כוונה איעדע נאכט ביי מעריב.
די מעטאפארן ווייזן אויף שטארקע פנימיות, קיפיטאפ.
די מעטאפארן ווייזן אויף שטארקע פנימיות, קיפיטאפ.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: יומם ולילה
זייער שיין.
#שאיפות
#שאיפות
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
- קרית יואל פלייש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3706
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm