מער פון אלע גאלד און זילבער

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

מער פון אלע גאלד און זילבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

...



מיטן דאשיק אויפן אלטן האלבער האלצערנער באנק,
נעבן קליינעם ציגעלנעם אייוועלע הייס,
דארט שאקלט ער זיך מיט פלייס,
מיד,אבער פונעם קערפער נאך א רייס,
זיין  גאנצע וועזן נאר פארטיפט אין גאט'ס געדאנק,

מיט חן ער האלדזט ארום דעם הייליג געשאנק,
פונעם פענסטער שוועבן מלאכים ווייס,
גאנצע שטונדן שוין רינט די שווייס,
מיט א זיסע בענקשאפט צום אלף בית,
ער קוקט אויפן איינצעלנעם באנד אינעם שראנק,


מיט די ליכטעלע אין זיין האנט,
שאטנ'ס טאנצן אויף די וואנט,
און זיין הארץ אויך מיט זיי, דער אייביגער טאנץ,

די ווערטער אזוי באקאנט,
אבער ניי און אינטערסאנט,
אין די אויגן ברענט דער הייליגער תורה גלאנץ,

יעדע אות אמת און קראנט,
די נשמה אונטערלאנט,
אינעם שיינעם גארטן פון עדן נאך א פלאנץ,

אויף אייביג שפאנט,
די וועג צוריק זי דערמאנט,
און גרייט אן פארן קעניג דעם בלומען קראנץ,



א רויעך'ל דערטראגט זיך ארויף פונעם גלעזל טיי,
שטיל נעמט די זעהל מיט זיך הויך אוועק פון זיי,
דעם איד, תורה, און גאט, פאראייניגט,

בארואיגט, היט פון דעם וואס פייניגט,
די גמרא ניגון געפלאכטן מיטן אידל'ס שריי,
אן אייביגער היילונג פאר הונדערטער יארן פון וויי,


א זיגל אלס אן אייביגער בונד צווישן אונז דריי,
הייליג תורה'לע מיינס, אויבן פאר מיר שטיי,
טויזנטער יארן, גארנישט פארווייניגט,

קליינע אותיות'לעך הייליגט און רייניגט,
טאטע, שעפשעט ער, נאר צו דיר בין איך געטריי,
און שטאט שטעלט זיך אויף, גיין צוגרייטן נאך א טיי...
לעצט פארראכטן דורך טינט אום זונטאג אקטאבער 17, 2021 8:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: חד הוא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Wow ;l;p- ;l;p-
א הארציגער רירנדער באזוך, ביים זיידן אין שטעטל, זיינע אויגן, זיין פארטיפן זיך אינעם גרויסן באנד, מיט אזא בענקשאפט, די קינדערלעך קוקן צו מיט גרויסע אויגן, זאפן איין די ליבשאפט און פארבינדונג, זיי ווערן א חלק פון די דריי.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מער פון אלע גאלד און זילבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אוי, האט דאס מיר בארירט. פון די בעסטע פאעטישע שטיקלעך וואס מאלן א בילד.

הארציג, עס וואנדעלט ארום די נפש, די זאצן שרייען שטיל. די פאראגראפן לידער. א הערליכע ארטיקל.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: מער פון אלע גאלד און זילבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Beautiful
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מער פון אלע גאלד און זילבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

WOW WOW WOW

א הערליכע שטיקל, די גראמען אויף אייגנארטיגע וועג
רייכע לשונות, און שטיקער נאסטאלגיע און בענקשאפט

ווען מ'ליינט טינט'ס זאכן, פילט מען עס..

שכח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: מער פון אלע גאלד און זילבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

טינט בתוקפו!
האסט מיר איבערגענומען..
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מער פון אלע גאלד און זילבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

היסטאריש האט געשריבן:ווען מ'ליינט טינט'ס זאכן, פילט מען עס..

ככה זה
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מער פון אלע גאלד און זילבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow
ווער קען מאכן א ניגון דערויף?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”