שטייפע ליבע

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מיין קינד, יא. מיין קינד, ניין.
גיי דא, גיי דארט,
טו אזוי, הער זיך צו,

פילע פארלאנגען, א מאדנע פארשוין.
ריר נישט אן, לייג דאס צוריק,
קום אהער, איצט זיי שטיל,

קאנטראלירן, דאס וויל ער.
אזוי זאג איך, פרעג נישט,
זאפארט, א ברויזע שטימע,

ער ליבט מיך, קיין פראגע.
צעמישט, אומ-פארשטענדליך,
אמאל יא, אמאל נישט,

***

קיינמאל פארשטאנען, פארוואס.
צוהערן, אזוי שווער,
צוטרוי, נישט האבן,

מיין בליק, ניי. דערונטער, ליגט.
א זיסע נאטור, קום שפיל מיט,
לערנען און פארשטיין ריכטיג, אייגן חשק,

מיין אייז שיכט, טראפט. מיין הארץ, רינט.
בעסערע אומשטענדן, פאלגזאם זיין,
אנגעוויזן, אויגן בעהטן פארלאז קיינמאל,

שטייפע ליבע, נוצן. איך ברויך, ער וויל.
מאסטן גלאז, הענט טרייסלן,
א גענויע געמיש, ערווארטעט,
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זייער שיין.
Tough love
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

שטארקע ווייעך ווארעמע געפילן אויף שטייפע ליבע
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:זייער שיין.
Tough love

ש'כח הרב אויערבאך. יא, tough love, גראדע אינטערעסאנט אז ביז איך האב געשריבן די ווערטער "שטייפע ליבע" האב איך נישט געכאפט אז דאס איז די גענויע אפטייטש פון דעם ענגלישן tough love.
א שרייבערל האט געשריבן:שטארקע ווייעך ווארעמע געפילן אויף שטייפע ליבע

ש'כח, שרייבערל.

איך וויל ענק ביידע פרעגן: איז די ארטיקל געשריבן מיט שפראך וואס מ'קען פארשטיין פון וואס איך רעד און וואס יעדע שורה מיינט, אדער איז עס אביסל אומ-פארשטענדליך?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הערליך שיין! סיי די נקודה און סיי די שפראך.

אן עקסטערן לייק פאר'ן קעפל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פעיק ניוז האט געשריבן:הערליך שיין! סיי די נקודה און סיי די שפראך.

אן עקסטערן לייק פאר'ן קעפל.

ש'כח, פעיק. איך נעם פון דעם אז די שפראך איז פארשטענדליך. עס פעלן ווערטער וואס וואלט ווען געמאכט קלארער?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

היכי תמצא האט געשריבן:איך וויל ענק ביידע פרעגן: איז די ארטיקל געשריבן מיט שפראך וואס מ'קען פארשטיין פון וואס איך רעד און וואס יעדע שורה מיינט, אדער איז עס אביסל אומ-פארשטענדליך?

רוב שורות זענען שטארק פארשטענדליך, אנדערע א טראפעלע מער קאמפליצירט, אבער דאס איז פאעזיע!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:איך וויל ענק ביידע פרעגן: איז די ארטיקל געשריבן מיט שפראך וואס מ'קען פארשטיין פון וואס איך רעד און וואס יעדע שורה מיינט, אדער איז עס אביסל אומ-פארשטענדליך?

רוב שורות זענען שטארק פארשטענדליך, אנדערע א טראפעלע מער קאמפליצירט, אבער דאס איז פאעזיע!!

ש'כח פאר די קאנסטראקטיווע פיעדבעק. איך שעץ דאס.
אוועטאר
קומט אריין קלאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 05, 2020 5:05 pm

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קומט אריין קלאר »

;l;p-
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

יאפ! פאלגן איז א וויכטיגע זאך אפי' מ'פארשטייט נישט!
א "שטייפע" פאעזיע, מיט א "ליבליכער" שריפט!

די סוף פסוק פארשטיי איך נישט,
'שטייפע ליבע, נוצן. איך ברויך, ער וויל.
מאסטן גלאז, הענט טרייסלן,

ווער רעדט דא צו וועם? וואס איז די ספק?
לפנות בוקר
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

לפנות בוקר האט געשריבן:יאפ! פאלגן איז א וויכטיגע זאך אפי' מ'פארשטייט נישט!
א "שטייפע" פאעזיע, מיט א "ליבליכער" שריפט!

די סוף פסוק פארשטיי איך נישט,
'שטייפע ליבע, נוצן. איך ברויך, ער וויל.
מאסטן גלאז, הענט טרייסלן,

ווער רעדט דא צו וועם? וואס איז די ספק?

די פאעזיע איז געשריבן אין א פארעם פון א טאטע מיט א קינד. און די ערשטע האלב פרובירט דער קינד צו פארשטיין דער טאטע, און די צווייטע העלפט פרובירט דער טאטע צו פארשטיין דעם קינד. צום סוף פארשטייט דער טאטע אז ער ברויך נוצן 'שטייפע ליבע', ער ברויך זיין שטייף מיט'ן קינד אבער ווייזן א טיפע ליבע אז דאס קינד זאל עס אננעמען און פארשטיין.

דער טאטע פארשטייט אויך אז דאס קינד אליין וויל אויך שטייפע ליבע. דאס קינד וויל הדרכה, ער וויל אז דער טאטע זאל זיין שטייף מיט אים צומאל, אבער ער וויל אויך וויסן אז דער טאטע ליבט איהם.

דער טאטע פארשטייט איצט אז די האקעלע, שווערסטע טייל איז צו מעסטן ווי שטייף צו זיין און וויפיל ליבע צו ווייזן.

דאס קינד וואס איז אנגעוואנדן דערויף האפט און ערווארט די ריכטיגע מאס.

איך קען מער מסביר זיין די גאנצע פאעזיע אויב עס וועט קלארער ווערן.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

די סתירה'דיגע געפיל איז עפעס מורא'דיג...

היכי, ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ש'כח, יצחק טובי'
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

היכי תמצא א מוראדיג שטיקל. שטארק הנאה געהאט. פארוואס ביים ענדע האסטו געלאזט א קאמע,
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: שטייפע ליבע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

כינור האט געשריבן:היכי תמצא א מוראדיג שטיקל. שטארק הנאה געהאט. פארוואס ביים ענדע האסטו געלאזט א קאמע,

איך פריי זיך אז דו האסט הנאה געהאט.

דער אמת איז אז איך פלאג מיך נאך אביסל מיט די אויסשטעל פון פאעזיע. וואו מ'לייגט קאמעס, פינטלעך, וואו צו צוטיילן.

ביים ענדע לייגט מען אייביג א פינטל אזוי ביי א געווענליכע ארטיקל?
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”