פארנומען ביז איבער'ן קאפ
די אתרוג ליגט נאך ביים סוחר
אין קאך קאכט זיך א גרויסע טאפ
נוי סוכה מ'דארף נאך קויפן ביים מוכר
די קינדער דרייען איבער
טאטי קויף מיך א עכטע סעט
יואלי דארף איבערמאכן זיין הוט פון ביבער
א לאך אין דער שלאק, איך האף אז נישט רעגענען וועט
אלע מאסקיטאס טוען קראצן
ווי גייט מען חוהמ"ד פרעגן די מיידלעך
גיי קויף א קוישעלע מיט הדסים אויף דרייצן
זיך עפעס פאר ביליג ביי די שומר שבת ביידלעך
קליינע יוסעלע
הענג מיין שיינע נוי סוכה
עפעס א פארשמירטע באסעלע
אי לאו האי יומא כמה יוסף איכא בשוקא
פארהאנקערט איז די שלאק
פאר די סוכה מילגרוימען מיט עפלעך
די אישפיזן קעיק דארף מען נאך געבן א באק
קויף אין פלייש געשעפט פאר הושענא רבא קרעפלעך
שפעט אין מקוה
די קליידער איך נעם-דא
קיין האפענונג פאר א פלאץ, אין תקוה
ענדליך קוים א הוק אבער עס גיסט זיך מיין שעמפא
ביים וויין סוחר ווארטן
א נעפא אדער א טשאלק הילל
אייגענטליך פארוואס הערצאג אפשר ירדן
איך בין אזוי צעמישט איך ווייס נישט וואס איך אליין וויל
אזוי טוט זיך ביי א שטוב א אידישען
פאר דעם הייליגן יום טוב מ'גייט פארוויילן
פאר מ'גייט זיצן אינעם הייליגן חופה וקידושין
קוים וואס מ'יאגט זיך אויס, נאך זיך אסאך צואיילען
ווי נאר די בעל קלינגט
א העכערע אטמאספערע
הייליגע לופט מען אטעמט און שלינגט
אה... הפורש סוכות שלום עלינו נאר ער
א בליק ביי מיין שכן ערב סוכות
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- לפנות בוקר
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3175
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
- לאקאציע: ששש..
א בליק ביי מיין שכן ערב סוכות
לפנות בוקר
Re: א בליק ביי מיין שכן ערב סוכות
יעדן טאג איבעראשט אונז לפנות מיט פרישע סחורה!
אבער נאך ווי סחורה, קוקט אויס ווי ער שלעפט עס פון ארבעל ארויס!!!
שיין, רייך, סאליד, הערליכע ליינס, א שטיק טאלאנט!! קיפ דעם קאמינ”ג
אבער נאך ווי סחורה, קוקט אויס ווי ער שלעפט עס פון ארבעל ארויס!!!
שיין, רייך, סאליד, הערליכע ליינס, א שטיק טאלאנט!! קיפ דעם קאמינ”ג
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17019
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5382
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע: אין מיין גוף
Re: א בליק ביי מיין שכן ערב סוכות
ישר כח, ער אנטוישט מיר נישט
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: א בליק ביי מיין שכן ערב סוכות
זייער גוט!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- אלטע קוגל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4845
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
- לאקאציע: דארטן
Re: א בליק ביי מיין שכן ערב סוכות
הערליך!!
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
Re: א בליק ביי מיין שכן ערב סוכות
זייער גוט. עס האט א שטיקל טעימה פון דיין זייט פרעפערענצן ארטיקל, אבער עס האט שטערקערע שטריך פון פאעזיע.