גלייך נאך דעם הייליגן טאג
אויפן רבי'ן פנים שוועבט א פלאג
א ציטער מ'קען אין די לופט טאפן
דער רבי זאגט איך וויל מיין הארץ כאפן
אפשר פון פאסטן איז די רבי שוואך
מ'ברענגט עסן אבער ער עסט נישט קיין זאך
נישט פריילעך ווערט דער קדושת לוי
נאך אזא הייליגע טאג ווער דארף עסן סיי-ווי
ווי עס איז מיין טעגליכע מנהג
געלערנט איך האב היינט נישט גענוג
ברענג מיר שוין א מסכת סוכה גמרא
אן אביי מיט רבא א מסקנא און א סברא
מיט א אש קודש אינעם תורה געברענט
עס קאכן די באלאטעס דעכער מיט די ווענט
א גאנצע נאכט תורה געזאגט
ביז אינדרויסן האט שוין געטאגט
נאך אזא הייליגע סיפור
וואס דער צדיק האט געטאן נאך יום כיפור
פארשטייט מען מיטן שכל
וואס די רבי האט געטון אין זיין היכל
פארן מצוות אתרוג געטון קאכן
די גלאז פונעם שאפע אויפגעבראכן
נישט קענענדיג שלאפן א גאנצע נאכט
אינדערפרי דארט ווי די ד' מינים איז פארמאכט
זיך צעשניטן אין בלוט און גיסן
די הייליגע צדיק וויל פון גארנישט וויסן
ער קאכט און פלאקערט פארן יוצר כל יציר
ער האט בכלל נישט געזען דארט איז דא א טיר
די הייליגע מצוה גיבט אים כוחות פרישע
א ברכה ער מאכט מיט א התלהבות דקדושה
ער נעמט די ד' מינים אין די האנט
אלע שלעכטע כוחות ער מאכט צעשאנד
ער טוט עס אן א גבאי
ווייל איז זיין מצוה, זיין עולם הבא
הלוואי אינז קאלטע יונגען
זאלן כאטש עפעס פאר א מצוה שפרינגען
דעם צדיק'ס ברען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- לפנות בוקר
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3200
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
- לאקאציע: ששש..
דעם צדיק'ס ברען
לפנות בוקר
- יקוש פייוויש
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6651
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm
Re: דעם צדיק'ס ברען
הערליך!
Re: דעם צדיק'ס ברען
זייער שיין געפלאכטן פון איין אנעקדאט צום צווייטן.
- לפנות בוקר
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3200
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
- לאקאציע: ששש..
Re: דעם צדיק'ס ברען
היכי תמצא האט געשריבן:זייער שיין געפלאכטן פון איין אנעקדאט צום צווייטן.
דאס איז דער געדאנק פון דעם ארטיקל!
ווי אזוי קומט מען אן צו אזא מדרגה פון גארנישט אנגיין פאר א מצוה? אז מרייסט אוועק פון די בהמיות אביסל!
לפנות בוקר
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5405
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע: אין מיין גוף
Re: דעם צדיק'ס ברען
הערליך שיין
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
Re: דעם צדיק'ס ברען
לפנות בוקר האט געשריבן:היכי תמצא האט געשריבן:זייער שיין געפלאכטן פון איין אנעקדאט צום צווייטן.
דאס איז דער געדאנק פון דעם ארטיקל!
ווי אזוי קומט מען אן צו אזא מדרגה פון גארנישט אנגיין פאר א מצוה? אז מרייסט אוועק פון די בהמיות אביסל!
איך בין זיך מחייה אז איך האב גוט פארשטאנען!
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17155
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: דעם צדיק'ס ברען
הייליג און ריכטיג.
די תוכן, די מעשיות, און די גראמען.
די תוכן, די מעשיות, און די גראמען.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!