איך האב מיך אין מיך!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- לפנות בוקר
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3175
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
- לאקאציע: ששש..
איך האב מיך אין מיך!
צובראכן אינגאנצען
איך וויל טאנצן
אלעס איז שווער
איך קען נישט מער
שווארץ טינקל
איך זיך א ווינקל
דער שלעכטע שעה
אוועק פון דא
ביי קיינעם ניין
ווי איך טו גיין
ביי זיי נישט שווער
אזוי איך קלער
פון די טעג
ארויס א וועג
איז דא בכלל
הלואי איך א גענעראל
כוחות שטארקע
נישט אין קרקע
פירן ווי א העלד
די גאנצע וועלט
מיט קנאה
ארויף געקוקט
נישט קיין שנאה
אויף מיר מ'בליקט
מוטל בספק
וואס גייט פאר
יעצט איך בין אבק
זייער נישט קלאר
ווי לאנג איך טראכט
איך בין פארדעם געמאכט
איך דארף נישט יענעמ'ס שיך
ווייל איך האב מיך
איך בין גוט
ווי אזוי איך בין
אין די ריכטיגע מינוט
אמאל חסדים אמאל דין
נאך דער קלער
פריילעך איך ווער
דער בורא טוט כוחות געבן
איך זאל מיט "מיך" קענען לעבן
געשריבען לכבוד דעם אשכול
איך וויל טאנצן
אלעס איז שווער
איך קען נישט מער
שווארץ טינקל
איך זיך א ווינקל
דער שלעכטע שעה
אוועק פון דא
ביי קיינעם ניין
ווי איך טו גיין
ביי זיי נישט שווער
אזוי איך קלער
פון די טעג
ארויס א וועג
איז דא בכלל
הלואי איך א גענעראל
כוחות שטארקע
נישט אין קרקע
פירן ווי א העלד
די גאנצע וועלט
מיט קנאה
ארויף געקוקט
נישט קיין שנאה
אויף מיר מ'בליקט
מוטל בספק
וואס גייט פאר
יעצט איך בין אבק
זייער נישט קלאר
ווי לאנג איך טראכט
איך בין פארדעם געמאכט
איך דארף נישט יענעמ'ס שיך
ווייל איך האב מיך
איך בין גוט
ווי אזוי איך בין
אין די ריכטיגע מינוט
אמאל חסדים אמאל דין
נאך דער קלער
פריילעך איך ווער
דער בורא טוט כוחות געבן
איך זאל מיט "מיך" קענען לעבן
געשריבען לכבוד דעם אשכול
לפנות בוקר
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
Re: איך האב מיך אין מיך!
אין די גראמען זיך מדבק
עמיצער איז מחזק
א צובראכענעם ניק
חיזוק א לופטער א שיק
די ווערטער נעמען איבער
מאכן שפירן מחובר
געבן צו פארשטיין
אז ער איז נישט אליין
אבער יעדער קען נוצן
ווערטער אויסצופוצן
און זיך צו בעראטן
קען מען ווערטער אויסשאטן
א דאנק אייך
ווערטער אזוי גלייך
עוד נשלם וביוקר
לניקנו לפנות בוקר
עמיצער איז מחזק
א צובראכענעם ניק
חיזוק א לופטער א שיק
די ווערטער נעמען איבער
מאכן שפירן מחובר
געבן צו פארשטיין
אז ער איז נישט אליין
אבער יעדער קען נוצן
ווערטער אויסצופוצן
און זיך צו בעראטן
קען מען ווערטער אויסשאטן
א דאנק אייך
ווערטער אזוי גלייך
עוד נשלם וביוקר
לניקנו לפנות בוקר
Re: איך האב מיך אין מיך!
א פארגעניגן צו ליינען ביידע שטיקלעך.
לפנות, האסט דאך אזוי גוט ארויסגעברענגט די ווערד פון האבן 'זיך'. אז מ'שאצט 'זיך' אנטשטאט יענעם איז דער 'זיך' זייער צופרידן.
און טישטוך, ביסט דאך אזוי גערעכט, יעדער קען עס נוצן. מיר האט עס געגעבן א טיפערע פארשטאנד פון שעצן און צופרידן זיין מיט 'זיך'.
אם אין אני לי מי לי

- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5041
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: איך האב מיך אין מיך!
למעשה, ווי מער איך בין אריין אין זיך און ווייניגער געקוקט אויף אנדערע אלץ מער פארקלעמט אין פארווייטאגט בין איך געווארן מיט זיך אליין, און עס זעט מיר אויס ווי יענער שרייבער אויך.
אבער האסט זייער שיין און גוט געשריבן, קיפיראפ.
אבער האסט זייער שיין און גוט געשריבן, קיפיראפ.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
- לפנות בוקר
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3175
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
- לאקאציע: ששש..
Re: איך האב מיך אין מיך!
א גרויסע דאנק פאר אלע מגיבים!
דער ענטפער ליגט אין איין ווארט "איך בין געמאכט פאר דעם"
א מענטש טראכט אז די אלע שלעכטע געפילען איז זיין פראבלעם, קיינער אנדערש האט עס נישט, און זיין עצה גייט זיין אז ער זאל מער נישט האבן די אלע שלעכטע מחשבות,
אבער די אמת איז אז ניין! מיין "מיך" איז געמאכט געווארן צו האבן די אלע שלעכטע געפילען! די בורא גיבט די כוחות פאר א מענטש צו קענען סובל זיין אלע שלעכטע געפילען! דער מענטש אליינס דארף עס נאר וועלן פילען! ממילא אנשטאט צו זיכן עצות מיט הילף זאל מען אריינגיין אין זיך מיט א קלארקייט אז איך מעג פילען שלעכט! ודו"ק

לפנות בוקר האט געשריבן:צובראכן אינגאנצען
איך וויל טאנצן
אלעס איז שווער
איך קען נישט מער
שווארץ טינקל
איך זיך א ווינקל
דער שלעכטע שעה
אוועק פון דא
ביי קיינעם ניין
ווי איך טו גיין
ביי זיי נישט שווער
אזוי איך קלער
פון די טעג
ארויס א וועג
איז דא בכלל
הלואי איך א גענעראל
כוחות שטארקע
נישט אין קרקע
פירן ווי א העלד
די גאנצע וועלט
מיט קנאה
ארויף געקוקט
נישט קיין שנאה
אויף מיר מ'בליקט
מוטל בספק
וואס גייט פאר
יעצט איך בין אבק
זייער נישט קלאר
ווי לאנג איך טראכט
איך בין פארדעם געמאכט
איך דארף נישט יענעמ'ס שיך
ווייל איך האב מיך
איך בין גוט
ווי אזוי איך בין
אין די ריכטיגע מינוט
אמאל חסדים אמאל דין
נאך דער קלער
פריילעך איך ווער
דער בורא טוט כוחות געבן
איך זאל מיט "מיך" קענען לעבן
געשריבען לכבוד דעם אשכול
זאגסט דאך אזוי זיס
קומסט אריין קלאר
איין זאך בין איך אנדערש די שרייבסט אז די ווילסט טאנצען
איך טאנץ שוין
Re: איך האב מיך אין מיך!
אזוי ווי די זאגסט
לויט די כוחות וואס די פארמאגסט
אזוי וויל מען דיין יום כיפור
נישט נאכמאכן יעדעם אימער
איך און יענעמס שיך
אויסגעפיצט דאס וואלט איך
לויט די כוחות וואס די פארמאגסט
אזוי וויל מען דיין יום כיפור
נישט נאכמאכן יעדעם אימער
איך און יענעמס שיך
אויסגעפיצט דאס וואלט איך
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5382
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע: אין מיין גוף
Re: איך האב מיך אין מיך!
זייער שיין
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל
Re: איך האב מיך אין מיך!
פילינגס האט געשריבן:אזוי ווי די זאגסט
לויט די כוחות וואס די פארמאגסט
אזוי וויל מען דיין יום כיפור
נישט נאכמאכן יעדעם אימער
איך און יענעמס שיך
אויסגעפיצט דאס וואלט איך
דאס איז זייער א געלונגענע פראז