די טאטע שטייט און קוועלט,
זיין הענטעלע לאזט ער אפ,
און יאנקעלע פאלט אראפ...
מיין קינד ווער נישט בארירט,
עס האט גארנישט פאסירט,
דיין יגיעה איך זע,
לך בכחך זה...
אינגאנצן פארויטלט קוקט ער ארויף,
בעטנדע אויגעלעך הייבט ער אויף,
די גרעסטע דורכפאל פון זיין לעבן,
וועט מען אים דאס אמאל פארגעבן??..
מיין קינד ווער נישט בארירט,
עס האט גארנישט פאסירט,
דיין יגיעה איך זע,
לך בכחך זה!...