א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

פיר ווייטער די גראם,
האלט עס אין די ראם.
קענסט גיין צו יעדע נושא.
אבער נישט אבי געהאקט אין כוסע
אפילו כוסע איז נישט עכט א ווארט
אבער פארן גראם איז ער דארט
אויב איז שוין דא אזא אשכול
איז דאך יש כל
האב איך נישט דא קיין חידושים

(נעם איבער און גיי וווייטער מיטן גראם)
לעצט פארראכטן דורך דורך געטראכטער אום מיטוואך יולי 14, 2021 11:24 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

כ'האב מורא ס'דארף פירושים,
לאמיר אייך ערקלערן
וואס דא קען ווערן
טוט אריינבליקן
ס'וועט אייך דערקוויקן
מקעןש רייבן וויאזוי טויבן פליען
און וויאזוי ראבער בענדס ציען
מקען שרייבן רויע געפילן
און מיט געקאכטע מחאות צילן
שרייב סיי וואס
אן א פארוואס
סתם, פיר עס ווייטער
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

כ'האב למעשה נישט באקומען קיין אייטער
נאכן פאלן פונעם לייטער
אפילו מ'האט מיר געזאגט אז כ'זאל נישט אזוי הויך קריכן ווי א צודרייטער
דעס וועגן דאך האבעך מיר אנגעפעלצט טייטער
און כ'בין ארויפגעקראן ווייל כ'בין מיט קיינעם נישט קיין פייטער
און ס'אינטערסירט מיר נישט וואס ס'וועט זאגן א צווייטער
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

שטייטיר שטייטער
קענס גיין ברייטער
דארפסט נישט גיין אין די הייעך
קענסט עס האלטן ווייעך
און גראמען איינס אויפאמאל
ווייל אזוי איז צו שווער צומאל
נו ווער איז נעקסט
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איך האב נישט צופיל וואס מער דא צוברענגען
אבער איך קלער אז אזא אשכול באלאנגט אין פארברענגן
וואטעווער לאמיר אלע ארויסברענגען אונזער כשכרונת
האפנטליך וועט עס נישט זיין קיין בזיונות
כי עיף וועל איך נישט מאריך זיין אצינד
לאו בעטערי ממילא וועל ענדיגן געשווינד
שרייטס אלע ער גייט ער גייט ער גייט, גוט שבת
נישט פארגעסן די שבת גרויס געלט נישט קיין שמאטעס
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

גרויסע טאטעס.
סיי די לייטער און סי די שיטראק וואס איז אראפגעפאלן
נעמען די גראמען אשכול צו העכערע טענער און פאלן
לאמיר זען איינער זאל שוין אוועקדרייען די שמועס
צו עפעס אינטערעסאנט, נישט סתם מיעס
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

פארוואס זאג איך טו עס
קריינא דאגרתא איהו ליהוו
אפשר טאקע רעדן וועגן קאווע
פון די קאמפאני ראזענפעלדס
בעסער ווי טעסטערס טשויס פאר די זעלבע געלד
כהאב נישט געטשעקט די פרייז
פארן גראם מעג זיין א גרייז
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

מיט גראמען איז מען דא פארנומען
אבי עס גראמט, אפילו די ווערטער איינע צו אנדערע טוען נישט שטומען

אבי צו ווייזן אז גראמען קען ער
ער גראמט פון יעדעם בעסער און שענער

נישט קיין נפק"מ צו הבלים שרייבט ער
נאך אלץ א גוטע גראמער בלייבט ער

רעדן פון קאווע, שיטראק און א לייטער מען פאלט פון אויבן
א צווייטער רעדט פון מחאות, ראבערבענדס, און פליענ’דיגע טויבן

אפשר קען מען רעדן ווי מענטשן נארמאלע
אזוי עס וועלן הנאה האבן די ליינער’ס אלע

שרייבן גוטע גראמען, שיינע פאועטע’ס
עס זאל ווערן א שיינע אשכול, ברענגן וועט עס

יעדער זאל זיינע כשרונות דא אויסגיסן
שיינע גראמען זיך דא אויסשמועסן
און מיר אלע וועלן פון דעם געניסן
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

געדאנקען טוען רוישן
מחשבות טוען פליען
קען מען דען דא טוישן
די טעמע אן קיין בריען

פאר א גריס פון הימל
ווער וואלט נישט געפארכט
אונז לעב מיר און א טומל
במילא נישט מ'הארכט

יעדן טאג האבן מיר די זכי'
צו האבן די קוראזשׁ און מאכן אן עלי'
אונז זענען נאר מגושם 2021
עכ"ז ארבעטן אנטיל איטס דאן

אז ווען משיח וועט קומען
אין די גלות וועט אנטרינען
זאל ער אויף אונז קענען ווייזן
דער האט נישט געמאכט קיין גרייזן

אין אזוי געהאט די זכי' מער
מיר צו ברענגען דא אהער
זאל ער שוין קומען במהרה
צוזאמען מיטן בנין בית הבחירה

אט די פתק איז א בריוו
פאר אלע אידן צו געבן נאך א פריוו
פתחי לי פתח כפתחו של מחט
האב נישט מורא לאז נישט קיין פחד

הבא לטהר איז געזאגט פאר יעדן
פרוביר וועסטו זעהן די וועסט נישט פעידן
ס'ווערט שפעט מ'דארף לאנדן דעים ספעיס עקס
נא לאמיר זעהן ווער איז נעקס(ט)
לעצט פארראכטן דורך דער הימלישע איד אום דינסטאג יולי 13, 2021 9:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

סקומט ארויס די עולם'ס כשרונות
דאס איז דאך פון מיינע חלומות
און איך מיט מיינע דמיונות
קוק איך און דבר יום ביומות.
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

הימעלישער איד זאג מיר געשווינד
דו זעהסט אויס צו זיין איינעמס קינד

אבער די ברענגסט גריסן פון אויבן
דארפסטו צו וויסן ווי אזוי צו לויבן

אפשר געב אן אינז דא א לעקציע
פון אלע זאטן אן א סעלעקציע
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

קלוגע חכם האט געשריבן:מיט גראמען איז מען דא פארנומען
אבי עס גראמט, אפילו די ווערטער איינע צו אנדערע טוען נישט שטומען

אבי צו ווייזן אז גראמען קען ער
ער גראמט פון יעדעם בעסער און שענער

נישט קיין נפק"מ צו הבלים שרייבט ער
נאך אלץ א גוטע גראמער בלייבט ער

רעדן פון קאווע, שיטראק און א לייטער מען פאלט פון אויבן
א צווייטער רעדט פון מחאות, ראבערבענדס, און פליענ’דיגע טויבן

אפשר קען מען רעדן ווי מענטשן נארמאלע
אזוי עס וועלן הנאה האבן די ליינער’ס אלע

שרייבן גוטע גראמען, שיינע פאועטע’ס
עס זאל ווערן א שיינע אשכול, ברענגן וועט עס

יעדער זאל זיינע כשרונות דא אויסגיסן
שיינע גראמען זיך דא אויסשמועסן
און מיר אלע וועלן פון דעם געניסן

אל יתהלל החכם נעם אריין אין קאפ
סוועט דיר העלפן מער ווי א טראפ

קלוגערע פון דיר האבן עס געזאגט
וואס אסאך חכמה האבן זיי פארמאגט

איך וויל דיר נאר זאגן
א זאך וואס האט מיך געטוהן פלאגן

שרייבט ער, בלייבט ער, גראמט נישט,
כגלייב ביסט פשוט געווען צומישט.
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

דער עולם "קען נישט" קוקט מיר אויס
איך געב פון דא א פיץ ארויס

כהאף כהאב נישט באליידיגט קיינעם
כוויל נאך מיט ענק פארברענגען אינאיינעם
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

עוד חזון, די צייט וועט נאך קומען,
מיט הערליכע תגובות, וועט דא זיין ארומגענומען,

דער "טראכטער" חשבונט ווי אזוי צו בויען א "לייטער",
פלאץ פאר אונז אלע, און גענוג א טייטער,

צום "הימילישער איד" מיר ווילן דאך אנקומען,
מיט א ווארימקייט אין אידישקייט זיין ארומגענומען,

מיט "שיטראק" א בודקע פאר פארקינג בויען,
אז מיין "באסעלע" זאל מען חלילה נישט טויען,
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

יא, אדער נישט אלטערנאטיוו,
וואו קענען מיר בלייבן פאסיוו,
ווען דער קאלעקטיווער איניציאטיוו,
איז צו רימען און הייבן קרעאטיוו,
לאמיר שטיין צוזאם פאזיטיוו,
שרייבן און שיקן ווי מער בריוו,
עווענטועל וועט געלונגען די פרואוו!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

טינט'ל ביסטעך אזוי טיף...

נו איינער זאל זיין ממשיך...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

געגאנען, געגאנען
דער עולם גייט בדחנען
אז מקען, קעמענען
מחי' זיין יעדענען

טאלאנטן יאווענען
ענוות נישט פראווענען
געדאנקען נישט קארגענען
גוט אז וועט גראמענען
אויב נישט אויך פארהאנען

אייוועלט זאל שיינען
ווי מער זיך מערענען
דא כשר זיך באקענען
איינער מיט'ן אנדערנען
חידושים חלומ'ען
גראמען דמיונען

נו קען מען טאקע קענען?

געגאנען, געגאנען
אוודאי קעמענען...!
אין עוד מלבדו
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

משה רבינו אונזער טשיעף
געלערנט מיט אונז יעדע סיעף
די הייליגע תורה זייער טיף
אויף אלע זייטן גראד אדער שיעף

טוב לי תורת פיך יעדע ליעף
פארשטייט זיך מיט א תפילה ריף
אז נישט איז עס אזוי ווי גוף
בלי נשמה אקאראטיוו
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דער הימלישע איד האט געשריבן:משה רבינו אונזער טשיעף
געלערנט מיט אונז יעדע סיעף
די הייליגע תורה זייער טיף
אויף אלע זייטן גראד אדער שיעף

טוב לי תורת פיך יעדע ליעף
פארשטייט זיך מיט א תפילה ריף
אז נישט איז עס אזוי ווי גוף
בלי נשמה אקאראטיוו

ביסט קריעטיוו!...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לאמיר טאקע זען
וואס וועט געשען
אז איך וועל שרייבן
ארויס טרייבן

די דאגה’לעך
זיי דערקוטשען
ווי מייזעלעך
זיי דערקוטשען

א שאד אזוי
סאיז נישט געגאנגען
ווי געוואלט גענוי
פארפאטשקעט צוזאמען

מיט די נאכפאלגן
דארף מען זיך ספראווען
צער און זארגן
מערן זיך און יאווענען

וואס טוט מען וואו גייט מען
זיך פאר אנגסט פארשטעקן
וואו טרעפט מען עפעס א אופן
זיך פון שלאף צוריק דערוועקן

דער ווארט אזא סארט
וואס דארף פון מויל נישט ארויסקומען
אבער דארט אויפן ארט
פון אינטערעסן געווען איבערגענומען

נצר לשונך ברצונך
געב אכט וואס דו רעדסט
ה’ ישמרך בדבריך
אפילו יענער דיר ער העצט

און שוין
א באלוין
וועסטו פון הימל קריגן
וועסט זען
ס’וועט געשען
דער אמת ער וועט זיגן

אבער יעצט
זיין צוקרעכצט
וועט אזוי נישט טויגן
הייב דיך אויף
אויפן וועג ארויף
צום הימל דיינע אויגן

לאז א טרער
און דערהער
אז נישט גוט דיינע מעשים געווען
געב א קלער
פון יעצט ווייטער
וועט אזוינס נישט מער געשען
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

א הייליגע אידן
די באשעפער איז זיכער צפרידן
אז פון אלעם פארשידן
אזעלעכע הייליגע ווערטער געקליבן
גראמען צום באשעפער געשריבן
די נארישקייטן פארשעמט געבליבן
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גראמען איז א חוש
יא יא, ניש ניש
קענסטו קענסטו
אז נישט אויך ביסטע

איז דען דער אשכול א חידוש
ווער זאגט האסט געמאכט קידוש
און ווער זענען די נייע חברה דא
נייע ניקים בכל שעה ושעה

די קונץ מיט'ן יצר איז
אים געבן דעם לעצטן ביס
אפי' איך בין יעצט אונטער
נישט אייביג איז ווינטער
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

בסייעתא דשמי
אפתח את שפתי
מיט א געבעט צום קל חי
שעת רחמים נא תהא
ולתפלת עמך ישראל שעה
ולמען ישראל עמך עשה
רפואה שלח לכל חולי
נישט וויסן מער פון קיין וויי
און פארטייל פאר זיי
ברכות עד בלי די
פילע פעקלעך מיט נאשעריי
מיט בני חיי און מזוני
די בארדיטשעווערס ווערטער איז אויך כדי
מיט הקב''ה געמאכט א תנאי
די חטאים עוונות ופשעים פארדעם פארציי
דער שופר זאל שוין געבן א שריי
און דעם שטן געבן א פארדריי
נאך אין חודש יוליי
ארויס פון גלות גיי
כבתחילה השב את יועצי
אין מיר זאלן פאר דיר מאכן א אשי
ואת בית המקדש במהרה בני
וואס וועט זיין די נומער דריי
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זייער גוט
פעסטע טריט

רייבט'ס ענק אויס
ברענגט'ס טאלאנט ארויס

אז ביים פארמעסט
זאל מען באווייזן די בעסט.....
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: לאמיר זען צו דו קענסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קומט אריין די נייעס
די אשכול'ס גאנצע חיות
איז נאר אן הכנה
פארן נזר השנה

די פענעס צו שארפן
מיט גראמען זיך ווארפן
שרייבן נאך און נאך
מיטן גאנצן ברען און קאך

אז ווען עס וועט קומען
מ'וועט א צייט באשטומען
זאל מען זיך באווייזן
אן קיינע גרייזן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”