ממוצע האט געשריבן:ממש אקורשט,
איך זוך און דארשט,
איך וויל זיך אויסדרוקן,
מיט פינגער אפדרוקן,
צו עררייכן,
צו געבן א צייכן,
עפעס אן אפשפיגל,
איבערלאזן מיין זיגל,
אזוי אויסגעדראשן,
רעיונות פארלאשן,
די קוואל פארטריקנט,
אזוי אונטערדריקענד,
ספעציעל שווער'יז,
מיט די גראמען שורות,
אזויפיל קאנצעטראציע,
פארלוירן מאטיוואציע,
אדער מיין הארץ פריי,
איינס צוויי דריי,
אן קיין בארענעצונגען,
וויאזוי עס גייט געלונגען,
אדער אפיציעל,
גארנישט ספעציעל,
נאר ארטיפישעל,
פון מיין שרייב טישל,
וואס איז די עצה?
ס'וועגט אראפ מיין פלייצע,
נישט אהער נישט אהין,
עפעס מוז מען טוען.
אויבנאויף איך קלער,
אויב איך וועל קענען גראמען מער,
וועט עס נישט אנקומען אזוי שווער,
און נישט זיין אזא שטער,
כ'וועל זיך גרינגער אויסדרוקן,
גראמען נאטורליך אריינרוקן,
נישט פארשטאטערן די געדאנקען,
הימלישע געשאנקן.
מאכט סענס?
מאכט סענס?
נישט סתם, הערליך, נישט ווי יענס.
יענער וואס איז אלעס אזוי קלאר
זיין שכל הענגט אויף א האר
און ער געבט נישט קיין שפאר
שיסט ווערטער ביז גאר
אן קיינע ספקות שרייבט ער
א גרויסע נער בלייבט ער
אין זיך אליין א פארגלייבטער
ווי א פארטייבטער
נאר די מח פול מיט ספקות
מיט דיוקים און דייקות
פארבינדן מיט שלייקעס
אין הימלישע דבקות
גארנישט קיין ממוצע ביסטע
אין די מאיעריטעט פארוויסטע
ביסט אויף א ספעציעלע ליסטע
פון די וואס קענען אין די גיסטע
פון דיין פענע האט זיך גענומען רינען
הימלישע געשאנקען געפינען
מיט א שיעור משורה ומינון
דו האסט דיין ספק געוואונען