אזוי שפאצירנדיג אויפן גאס ס'קוקען די גוים מיט פיל האס קרעכטס איך אוי השׁם אחד דיינע קינדער זענען אזוי צי שפאט חו די נסיונות פארהאן אויפן וועלט פלאגט זיך יעדער אין זיין געצעלט א ישועה פאר קינדער פאר געזונט דארף ער ווינדער דער מיטן יצר געט זיך נישט אן עצה אדער א חבר צו קלאפן אויפן פלייצע
אין מיט דעם אלעמען אלע אידן צוזאמען געבן נישט קיין ריר אן טראכטן פון דיר פון צופרי אנהייב טאג מודה אני געט מען א זאג פון טיפן הארץ א דאנק אויף דעם הייליגן געשאנק די נשמה אזוי טייער די אלטע נישט קיין נייער אין ווייטער די סקעדואל מיט א ריזיגע אויסוואל פון מצוות ומעשים טובים חסד צדקה ביקור חולים מי כעמך ישראל ס'שרייט אבער אין גלות נאך מ'שטייט
בעט מען ביים הייליגן בורא ס'זאל ליהודים היתה אורה לעכטיג ביי אידישע קינדער מיט משיח'ן שנעל אצינדער די גלות זאל האבן אן ענדע אידישקייט מער נישט צו שאנדע די ביהמ"ק מיטן כהן גדול דוד המלך מיט זיין פידל ושם נעלה ונראה א העכערע הנאה קדושה וטהרה זיך גיסן השפעות אוודאי פליסן אידישׁקייט מיט א געשמאק מעשר'ן יעדע זאק כי הם חיינו פעסטער גארנישט איז בהסתר
איי ס'נעמט לאנג זינג זיך די געזאנג אני מאמין באמונה בביאת משיח די שנה ואע"פ אדורך אזופיל יאר אחכה לו ער וועט קומען קלאר
בשעתן דריקן שיק אויפן באטען א קליק זינג איך אזוי צו מיר פיל מאל אן א שיעור ממקומך מלכנו תופיע ס'זאל קומען די ישועה מתי תימלוך קענט וועיט שנעל פאר ס'צו שפעט אוי רצוננו לעשות רצונך ועיניני תראינה מלכותיך
דער הימלישע איד האט געשריבן:אזוי שפאצירנדיג אויפן גאס ס'קוקען די גוים מיט פיל האס קרעכטס איך אוי השׁם אחד דיינע קינדער זענען אזוי צי שפאט חו די נסיונות פארהאן אויפן וועלט פלאגט זיך יעדער אין זיין געצעלט א ישועה פאר קינדער פאר געזונט דארף ער ווינדער דער מיטן יצר געט זיך נישט אן עצה אדער א חבר צו קלאפן אויפן פלייצע
אין מיט דעם אלעמען אלע אידן צוזאמען געבן נישט קיין ריר אן טראכטן פון דיר פון צופרי אנהייב טאג מודה אני געט מען א זאג פון טיפן הארץ א דאנק אויף דעם הייליגן געשאנק די נשמה אזוי טייער די אלטע נישט קיין נייער אין ווייטער די סקעדואל מיט א ריזיגע אויסוואל פון מצוות ומעשים טובים חסד צדקה ביקור חולים מי כעמך ישראל ס'שרייט אבער אין גלות נאך מ'שטייט
בעט מען ביים הייליגן בורא ס'זאל ליהודים היתה אורה לעכטיג ביי אידישע קינדער מיט משיח'ן שנעל אצינדער די גלות זאל האבן אן ענדע אידישקייט מער נישט צו שאנדע די ביהמ"ק מיטן כהן גדול דוד המלך מיט זיין פידל ושם נעלה ונראה א העכערע הנאה קדושה וטהרה זיך גיסן השפעות אוודאי פליסן אידישׁקייט מיט א געשמאק מעשר'ן יעדע זאק כי הם חיינו פעסטער גארנישט איז בהסתר
איי ס'נעמט לאנג זינג זיך די געזאנג אני מאמין באמונה בביאת משיח די שנה ואע"פ אדורך אזופיל יאר אחכה לו ער וועט קומען קלאר
בשעתן דריקן שיק אויפן באטען א קליק זינג איך אזוי צו מיר פיל מאל אן א שיעור ממקומך מלכנו תופיע ס'זאל קומען די ישועה מתי תימלוך קענט וועיט שנעל פאר ס'צו שפעט אוי רצוננו לעשות רצונך ועיניני תראינה מלכותיך
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!