א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

דורך געטראכטער האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:דא אין סוואן לעיק
גענוג א שטיקעלע קעיק
מ'מעג נישט קיין סטעיק
אפשר כאפן א הייק
אדער פארן אויפ'ן בייק

פון סוואן ביז קייאמישע
אן א באזוך איז א בושה
מען מוז זיך טרעפן זאפארט
ווי די צווי לעיקס קומען צוזאם דארט
ביזדערוייל האאב א זיסע שלאף
חלום פון גראמען פון אלף ביז תוף

סאיז אזא גרויסע שאד
האסט מיר נישט געזאגט גראד
כבין געווען נישט ווייט פון דיין שטאט
כוואלט געקומען צופארן מיט מיין ראד

אזא זכי’
אן עלי’
סלוינט די מי
צו קומען דערצו
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

א שאד אז איך האב אזאנס פארפאסט
אזא טאלאנטפולע איד צו האבן אלץ גאסט
איך מיין עס ערענסט, כאפסט?
נעקסטע מאל אין קייאמישע דו סטאפסט

עס וועט מיר זיין א באלוין
ווי א קעניג מיט א קרוין
איך וועל זיכער מאכן לא לרזון
נו גוט נו שוין
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

אזוי שפאצירנדיג אויפן גאס
ס'קוקען די גוים מיט פיל האס
קרעכטס איך אוי השׁם אחד
דיינע קינדער זענען אזוי צי שפאט
חו די נסיונות פארהאן אויפן וועלט
פלאגט זיך יעדער אין זיין געצעלט
א ישועה פאר קינדער
פאר געזונט דארף ער ווינדער
דער מיטן יצר געט זיך נישט אן עצה
אדער א חבר צו קלאפן אויפן פלייצע

אין מיט דעם אלעמען
אלע אידן צוזאמען
געבן נישט קיין ריר
אן טראכטן פון דיר
פון צופרי אנהייב טאג
מודה אני געט מען א זאג
פון טיפן הארץ א דאנק
אויף דעם הייליגן געשאנק
די נשמה אזוי טייער
די אלטע נישט קיין נייער
אין ווייטער די סקעדואל
מיט א ריזיגע אויסוואל
פון מצוות ומעשים טובים
חסד צדקה ביקור חולים
מי כעמך ישראל ס'שרייט
אבער אין גלות נאך מ'שטייט

בעט מען ביים הייליגן בורא
ס'זאל ליהודים היתה אורה
לעכטיג ביי אידישע קינדער
מיט משיח'ן שנעל אצינדער
די גלות זאל האבן אן ענדע
אידישקייט מער נישט צו שאנדע
די ביהמ"ק מיטן כהן גדול
דוד המלך מיט זיין פידל
ושם נעלה ונראה
א העכערע הנאה
קדושה וטהרה זיך גיסן
השפעות אוודאי פליסן
אידישׁקייט מיט א געשמאק
מעשר'ן יעדע זאק
כי הם חיינו פעסטער
גארנישט איז בהסתר

איי ס'נעמט לאנג
זינג זיך די געזאנג
אני מאמין באמונה
בביאת משיח די שנה
ואע"פ אדורך אזופיל יאר
אחכה לו ער וועט קומען קלאר

בשעתן דריקן שיק
אויפן באטען א קליק
זינג איך אזוי צו מיר
פיל מאל אן א שיעור
ממקומך מלכנו תופיע
ס'זאל קומען די ישועה
מתי תימלוך קענט וועיט
שנעל פאר ס'צו שפעט
אוי רצוננו לעשות רצונך
ועיניני תראינה מלכותיך
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן

שייף עייל האט געשריבן:פיטסבורג...
למקדשך למקדשך תוב
צום רבוש"ע מיר גיבן אים א רוף
צום ביהמ"ק קער זיך צוריק
משיח בן דוד שנעלער שוין שיק
עס איז שוין שפעט דער זייגער גיט זיך א ריק
אוי למקדשך למקדשך תוב
ווילאנג נאך וועלן מיר ווארטן למחזי זיו
אתר די ביה יחדון
אוי מיין הארץ עס ציהט אהין
עס לעכטצעט רוחין ונפשין
ויזמרון ויזמרון לך
אפשר אפי' שוין אין דעם וואך
וועלן מיר זינגען מיט פארגעניגן
דעם אויסדערווארטן אויסלייז ניגון
ביים מקריב זיין די ערשטע תמידין

איז קה רבון עלם ועלמיא
בעטן מיר פון אבוהון דבשמיא
לאז אונז שוין ארויס גאר אינגיכן
און די מתים פון די לעכער ארויס קריכן

;l;p-
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

דער הימלישע איד האט געשריבן:אזוי שפאצירנדיג אויפן גאס
ס'קוקען די גוים מיט פיל האס
קרעכטס איך אוי השׁם אחד
דיינע קינדער זענען אזוי צי שפאט
חו די נסיונות פארהאן אויפן וועלט
פלאגט זיך יעדער אין זיין געצעלט
א ישועה פאר קינדער
פאר געזונט דארף ער ווינדער
דער מיטן יצר געט זיך נישט אן עצה
אדער א חבר צו קלאפן אויפן פלייצע

אין מיט דעם אלעמען
אלע אידן צוזאמען
געבן נישט קיין ריר
אן טראכטן פון דיר
פון צופרי אנהייב טאג
מודה אני געט מען א זאג
פון טיפן הארץ א דאנק
אויף דעם הייליגן געשאנק
די נשמה אזוי טייער
די אלטע נישט קיין נייער
אין ווייטער די סקעדואל
מיט א ריזיגע אויסוואל
פון מצוות ומעשים טובים
חסד צדקה ביקור חולים
מי כעמך ישראל ס'שרייט
אבער אין גלות נאך מ'שטייט

בעט מען ביים הייליגן בורא
ס'זאל ליהודים היתה אורה
לעכטיג ביי אידישע קינדער
מיט משיח'ן שנעל אצינדער
די גלות זאל האבן אן ענדע
אידישקייט מער נישט צו שאנדע
די ביהמ"ק מיטן כהן גדול
דוד המלך מיט זיין פידל
ושם נעלה ונראה
א העכערע הנאה
קדושה וטהרה זיך גיסן
השפעות אוודאי פליסן
אידישׁקייט מיט א געשמאק
מעשר'ן יעדע זאק
כי הם חיינו פעסטער
גארנישט איז בהסתר

איי ס'נעמט לאנג
זינג זיך די געזאנג
אני מאמין באמונה
בביאת משיח די שנה
ואע"פ אדורך אזופיל יאר
אחכה לו ער וועט קומען קלאר

בשעתן דריקן שיק
אויפן באטען א קליק
זינג איך אזוי צו מיר
פיל מאל אן א שיעור
ממקומך מלכנו תופיע
ס'זאל קומען די ישועה
מתי תימלוך קענט וועיט
שנעל פאר ס'צו שפעט
אוי רצוננו לעשות רצונך
ועיניני תראינה מלכותיך

;l;p- ;l;p- ;l;p-
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

רב לך שבת בעמק
שבת הגדול פונעם יאר
אראפ מיט גלות פלעק
באמונה מ'האפט ס'קלאר

אזא פאסיגע זמן
ויעקב נסע סיכותה
אזא בחינה פארהאן
ענני הכבוד די גרויסע

אי"ה גאר בקרוב
ולאום מלאום ס'שטייט
גלות אדום ווערן חרוב
אידן מיט כבוד מ'באגלייט
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

צו שרייבן
סטוט טרייבן
עפעס א געדאנק

דער מח לער
ס'איז זייער שווער
באשעפער שענק

די מצב
אמת ויציב
צריך תיקון

טאטע איך בעט
ס'איז קיינמאל שפעט
זיך צוריקריקן

העלף מיר געשווינד
כ'בין דאך דיין קינד
כ'זאל נישט ווייטער פאלן

ספאסט נישט אזוי
לעם שככה לו
דער שונא זאל אויף אים שאלן

אויף אונז גיב א קוק
אונזער נשמה דערקוויק
אוי עס בענקט

ווי גוט איז געווען
ווען מ'האמער זיך אפטער געזען
ס'הארץ זיך צעוויינט

פאר דיינע קינדער אזוי שווער
ווי פארנעמסטו זייער טרער
אינעם לאנגן גלות פארפלאגט

און שוין ...
אפשר מארגן ווייטער
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow

דער נו גוט האט זיך לעצטענס צופירט די הענט
עס איז א פארגענוגן צו לעזן דיינע ווערטער
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.

Bissli האט געשריבן:Wow

דער נו גוט האט זיך לעצטענס צופירט די הענט
עס איז א פארגענוגן צו לעזן דיינע ווערטער

אהההה
יעצט קען מען שרייבן ווייטער....
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:צו שרייבן
סטוט טרייבן
עפעס א געדאנק

דער מח לער
ס'איז זייער שווער
באשעפער שענק

די מצב
אמת ויציב
צריך תיקון

טאטע איך בעט
ס'איז קיינמאל שפעט
זיך צוריקריקן

העלף מיר געשווינד
כ'בין דאך דיין קינד
כ'זאל נישט ווייטער פאלן

ספאסט נישט אזוי
לעם שככה לו
דער שונא זאל אויף אים שאלן

אויף אונז גיב א קוק
אונזער נשמה דערקוויק
אוי עס בענקט

ווי גוט איז געווען
ווען מ'האמער זיך אפטער געזען
ס'הארץ זיך צעוויינט

פאר דיינע קינדער אזוי שווער
ווי פארנעמסטו זייער טרער
אינעם לאנגן גלות פארפלאגט

און שוין ...
אפשר מארגן ווייטער

שטארק בארירט
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

שוין געמיינט ס'דערנאך
געווען א קורצע אויסברוך
אויף דעם אשכול לייגן שלעסער
טויט עטליכע מעת לעת'ער
אבער נו גוט נו שוין
מיט זיין הערליכע לשון
אונז ערוועקט
די פינגערס באלעקט
די הארץ אנגעצינדן
צוריק אהער צוגעבינדן
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

גלייב זיי נישט

זעסט מיין קינד פיל גאסן שיינע
פראכטפולע הייזער איינע נאך איינע
מענטשן פלינקע אנגעטון שיין
אין אויטוס טעקסיס לויפן און גיין

כ'בעט דיר קינד מיינס זיי דו א העלד
גלייב זיי נישט, גלייב נישט די וועלט

זעסט בילדער שיינע, סנעמט די חושים
געשעפטן געפאקטע מיט שיינע מלבושים
קלייטן אנגעהויפט פון אלעם גוטן
אריין און ארויס זיך מענטשן שיטן

פון אלע זייטן שארט מען אוצרות געלט
גלייב זיי נישט, גלייב נישט די וועלט

זעסט ווי אלעס בלאשקעט און גלאנצט
גארטענעס שיינע מיט פול רויזן געפלאנצט
פארקן צו שפאצירן און זיך אפצורוען
פרוכטביימער ווי שיין זיי בליען

אלעס פריידט זיך און אלעס קוועלט
גלייב זיי נישט, גלייב נישט די וועלט

זעסט א עושר ער איז רייך ווי קורח
ער נעמט אויך אמאל צו זיך א אורח
ער האנדעלט מיט אויסלאנד גאר אין גרויסן
מ'זאגט אויך אויף עם אז ער איז א נותן

וואויל און גליקלעך מיט אזויפיל געלט
גלייב זיי נישט, גלייב נישט די וועלט

אלעס איז א דמיון סאיז גארנישט ווערט
פון ערד גענומען און עס ווערט צוריק ערד
עס טוט פארבלענדן די אויגן ס'טוט אפנארן
ס'איז געגליכן ווי הייסע קוילן שארן

פאר אלץ ווערט מען צו דין וחשבון געשטעלט
גלייב זיי נישט, גלייב נישט די וועלט

די וועלט איז פאלש פאלש ביז גאר
עס זעט אויס שיין אבער עס איז נישט וואר
ער ווייזט א פרייליך פנים ווי א לץ
כדי דיר אריינצוכאפן אין זיין נעץ

אלעס פארפוילט אלעס פארוועלקט
גלייב זיי נישט, גלייב נישט די וועלט

ווי מער געלט מער איז די זארגן
קיינער ווייסט נישט וועמעס איז די מארגן
אלע תאוות זענען נאר א גרויל און א עקל
און די קענסט נישט וויסן דעם צווייטענס פעקל

וואס ווארט אויף עם צו ליידן היץ און קעלט
גלייב זיי נישט גלייב נישט די וועלט
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

גענומען 'אן' רשות פון א אלטע אידישע ליכט.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ש'כח פאר'ן ברענגען. ס'איז א הערליכע שטיקל. און דער תוכן איז נאך שטארקער, עס איז דאך אזוי וויכטיג נישט צו ווערן מיט געכאפט מיט'ן שטראם אבער צו טראכטן פאר.

ספעציעל היינט מיט די אלע סארט מידיא, ודי.
דרייצן
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 1:46 pm

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייצן »

איינער האט א גראם אויף "גרעסער"?
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

בעסער
מעסער
שלעסער
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: א גראם א געדאנק, פארן באשעפער א געשאנק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

דורך געטראכטער האט געשריבן:
גענומען 'אן' רשות פון א אלטע אידישע ליכט.
אויך אין אן אלטע "ליכט שטראלן געווען
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”