פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שרייבט

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יולי 01, 2021 2:49 pm

איך גיי בעז"ה שרייבן.
8
7%
איך טראכט צו טרייען צו שרייבן.
15
14%
איך גיי אי"ה ליינען און קאמענטירן.
19
17%
כ'וועל הנאה האבן אז ס'וועט זיין, מעגליך נישט האבן וואס צו צולייגן.
14
13%
לאמיך אפ פון פאעזיע, ס'רעדט נישט צו מיר!
13
12%
זאל זיין א אפשען צו שרייבן סיי פאעזיע, און סיי גראמען
16
14%
מאכן א עקסטערע פארמעסט אויף גראמען
6
5%
די פארמעסט זאל זיין נאר פאעזיע
13
12%
די פארמעסט זאל זיין נאר גראמען
7
6%
 
סך הכל שטימען: 111

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דעם לעצטן ווינטער איז פארגעקומען מיט גרויס הצלחה א שרייבעריי פארמעסט, און גלייך דערנאך דעם 'געלעכערט' פראיעקט.

וואס זאגט דערעוילעם אויפן געדאנק, מ'זאל זיך יעצט אריינלייגן אין א 'פאעזיע פארמעסט'?!!

עס דרייען זיך ציווישן אונז אסאך וואס פארמאגן דעם טאלאנט, א טייל שרייבן זייער אסאך, א טייל שרייבן אמאל אמאל, און נאך אסאך וואס וועלן זיך לכאו' פרייען צו טרייען צו אהערשטעלן עפעס א גוט'ס.

דא האט איר א לינק צום פארמעסט וואס איז פארגעקומען מיט גרויס הצלחה פאעזיע פארמעסט - ווינטער תשע''ה

קומט אריין שטימען און שרייבן אייער מיינונג, יעדע שטימע איז וויכטיג!! מ'זאל וויסן צו מ'קען גיין ווייטער, און וויאזוי צו פלאנירן דעם פראיעקט.

האפנטליך עס זאל זיין מיט סוקסעס און הצלחה, להנאת דאס אידישע וועלט.
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום מאנטאג יוני 21, 2021 2:55 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! שרייבט אייער מיינונג..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מערצאשעם וועט מען אויסברייטערן די גאנצע נושא פון פאעזיע, און די נפקא מינא'ס ציווישן פאעזיע אין גראמען.

אויך איז דא אין פלאן פאר פרישע ארטיקלען איבער פאעזיע והמסתעף, דורך די מומחים אין אונזער וועלטל.

אבער צום ערשט שרייבט אייער מיינונג, מ'זאל וויסן אויב עס איז דא מיט וועמען צו צוגיין צום טיש.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! שרייבט אייער מיינונג..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נאר אויב @סטראקעס ווערט צוריק אקטיוו.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

א אייזענע געדאנק!
איך האב שוין אפאר מאל געוואלט בעטן מ’זאל מאכן א פארמעסט.
אבער נאר פאעזיע, גראמען רעדט נישט צו מיר.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

נו, די עוילעם זאל אריינקומען קלאר. מיט איין שרייבער קעמען נישט גיין ווייטער.

@ביסלי, שיק פאר דיינע חברה אין אישי זיי זאלן אריינקומען שטימען...
Bissli האט געשריבן:.
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום מאנטאג יוני 21, 2021 3:13 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

וואס מיינסטו פאעזיע אליין אן קיין גראמען? א פאעטישער ארטיקל?

ס'איז אביסל אן אנדערע זאך. ס'איז אינגאנצן אנדערש זיך ארויסצוברענגען פאעטיש אן דארפן זיין געבינדן צו גראמען. ס'איז צו א שוואכע צוזאמשטעל.

איך וואלט געוואוט פאר אדער פאעזיע אדער גראמען.

אויך, גראמען מיינט אן פאעזיע? סתם גראמעלעך? כ'בין אביסל צומישט. ביטע אויסקלארן. איך וועל זיך אי"ה משתתף זיין.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ממוצע האט געשריבן:וואס מיינסטו פאעזיע אליין אן קיין גראמען? א פאעטישער ארטיקל?

ס'איז אביסל אן אנדערע זאך. ס'איז אינגאנצן אנדערש זיך ארויסצוברענגען פאעטיש אן דארפן זיין געבינדן צו גראמען. ס'איז צו א שוואכע צוזאמשטעל.

איך וואלט געוואוט פאר אדער פאעזיע אדער גראמען.

אויך, גראמען מיינט אן פאעזיע? סתם גראמעלעך? כ'בין אביסל צומישט. ביטע אויסקלארן. איך וועל זיך אי"ה משתתף זיין.

פאעזיע איז געווענליך אויך מיט גראמען, אבער ס'מוז נישט זיין. ס'איז בעיקר א פאעטישער ארטיקל.

גראמען מיין איך אזוי ווי ס'איז געווען אויף קול מבשר, א גראמען ניגון, א חתונה שטיקל צו א מיכאל שניטצלער ניגון וכדו'.

די נפקא מינא'ס ציווישן די צוויי איז א פארצווייגטע נושא, כ'וועל טרייען צו אפיר זוכן דא אינעם וועלטל און ברענגען די לינק ווי מ'שמועסט עס אויס באריכות.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

די צווייטע אפשען, "איך טראכט צו טרייען צו שרייבן", מיין איך צו זאגן די'ע וואס ווייסן נישט צו זיי קענען שרייבן און ווי גוט זיי קענען, און ווילן זייער שטארק טרייען צו שרייבן און זיך משתתף זיין ביים פארמעסט.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
פאעזיע איז געווענליך אויך מיט גראמען, אבער ס'מוז נישט זיין. ס'איז בעיקר א פאעטישער ארטיקל.

גראמען מיין איך אזוי ווי ס'איז געווען אויף קול מבשר, א גראמען ניגון, א חתונה שטיקל צו א מיכאל שניטצלער ניגון וכדו'.

די נפקא מינא'ס ציווישן די צוויי איז א פארצווייגטע נושא, כ'וועל טרייען צו אפיר זוכן דא אינעם וועלטל און ברענגען די לינק ווי מ'שמועסט עס אויס באריכות.

די חילוק איז זייער פשוט.

'פאעזיע' פארלאנג ארטיסטישקייט. ס'איז אבסטראקט. ערגעץ וואו אין די ספערן. 'גראמען' איז פשוט א חוש צו קענען צוזאמקלאפן 'גיין' מיט 'שטיין', און מער קונצליכע גראמען ווי פינק'ל ווינקל... פארשטייט זיך אז די תוכן דארף שטימען, און טאקע זיין תוכן'דיג.

דאך האלט איך אז 'פאעזיע' ווען ס'איז נישט געבינדן צו 'גראמען' איז אינגאנצן אן אנדערע זאך. א פאעטישער ארטיקל צו אראפלייגן איז אינגאנצן אנדערש ווי ווען ס'איז געבונדן מיט גראמען. אזוי מיין איך.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נאר פאעזיע מיינט אויך אז אין די פאעזיע זאל/קען זיין גראמען, אבער נישט פלעין מצוה טאנץ גראמען.

איך האב שוין אפאר מאל געטראכט און אויך געהערט פון אנדערע, אז פאעזיע קען מען נישט שרייבן ווען איינער האט אפגעמאכט אז דו זאלסט שרייבן.
און נישט נאר דאס, נאר אפילו דו אליינס זאלסט אפמאכן אז יעצט גיי איך שרייבן פאעזיע איז אויך זייער שווער אז עס זאל געלונגען.

עס מוז קומען א אור וואס בליצט אויף אדער א געפיל וואס מ’מוז ארויסגעבן, אז עס זאל באמת זיין א פאעטישער שטיקל.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ממוצע האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
פאעזיע איז געווענליך אויך מיט גראמען, אבער ס'מוז נישט זיין. ס'איז בעיקר א פאעטישער ארטיקל.

גראמען מיין איך אזוי ווי ס'איז געווען אויף קול מבשר, א גראמען ניגון, א חתונה שטיקל צו א מיכאל שניטצלער ניגון וכדו'.

די נפקא מינא'ס ציווישן די צוויי איז א פארצווייגטע נושא, כ'וועל טרייען צו אפיר זוכן דא אינעם וועלטל און ברענגען די לינק ווי מ'שמועסט עס אויס באריכות.

די חילוק איז זייער פשוט.

'פאעזיע' פארלאנג ארטיסטישקייט. ס'איז אבסטראקט. ערגעץ וואו אין די ספערן. 'גראמען' איז פשוט א חוש צו קענען צוזאמקלאפן 'גיין' מיט 'שטיין', און מער קונצליכע גראמען ווי פינק'ל ווינקל... פארשטייט זיך אז די תוכן דארף שטימען, און טאקע זיין תוכן'דיג.

דאך האלט איך אז 'פאעזיע' ווען ס'איז נישט געבינדן צו 'גראמען' איז אינגאנצן אן אנדערע זאך. א פאעטישער ארטיקל צו אראפלייגן איז אינגאנצן אנדערש ווי ווען ס'איז געבונדן מיט גראמען. אזוי מיין איך.

כ'האלט אויך פונקט ווי דיר. מיר באדערט זייער ווען כ'ליין א פאעזיע וואס איז גארנישט געבינדן מיט גראמען, דעמאלטס איז עס ענדערש א שיינע ארטיקל און באשרייבונג.
איינע פון די חלקים פון פאעזיע איז, אז עס דארף לויפן אויף א געוויסע רידעם, וואס איינע פון די זאכן איז ס'זאל גראמען, אבער מ'מוז נישט מדייק זיין אין די גראמען ווי ביי געווענליכע גראמען.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אויך איז למעשה אביסל שווער צו מבחין זיין צווישן א שטיקל 'גראמען' וואס האט אויך 'פאעזיע' אין זיך, און א גאנצע שטיקל 'פאעזיע'.

אז איינער וועט באשרייבן זיינע געפילן פון האבן א קינד מיט די אויגן גלעזער פונעם קינד, וועט יעדער פארשטיין אז געווענליך וועט עס זיין פאעטיש. (חוץ אויב ער גייט עס אראפלייגן שרעקליך באַביש...)

אבער אמאל וועט איינער באשרייבן א נקודה, ס'וועט נאר זיין באזאלצן מיט אבסטראקטע איידיעס, און שפראך. ווערט עס דעמאלטס א 'פאעזיע' אדער בלייבט עס א גראמען? און וואס איז דער גדר אין דעם?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:כ'האלט אויך פונקט ווי דיר. מיר באדערט זייער ווען כ'ליין א פאעזיע וואס איז גארנישט געבינדן מיט גראמען, דעמאלטס איז עס ענדערש א שיינע ארטיקל און באשרייבונג.
איינע פון די חלקים פון פאעזיע איז, אז עס דארף לויפן אויף א געוויסע רידעם, וואס איינע פון די זאכן איז ס'זאל גראמען, אבער מ'מוז נישט מדייק זיין אין די גראמען ווי ביי געווענליכע גראמען.

מיר גראדע באדערט עס נישט. איך שפיר גראדע פארקערט. א פאעטישער ארטיקל קען דיר ממש אריינפירן אין אן אנדערע וועלט. ווייל ס'איז נישט געבונדן מיט די צמצומים פון גראמען. ווען ס'איז מיט גראמען האט עס א געוויסע ביוטי, ס'געט צו א פינקל.. אבער ס'נעמט נישט אזוי אריין ווי א פאעטישער ארטיקל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נעם למשל מיין ארטיקל http://www.ivelt.com//forum/viewtopic.p ... 233eabc895

דו וואלסט עס באטראכט ווי א פאעזיע, אדער ווי גראמען?

איך וואלט עס נישט ממש באטראכט ווי פאעזיע. ווייל ס'פעלט דער געפיל פון דעם. אבער ס'האט א געוויסע אבסטראקט. אבער סתם גראמען אויך נישט. די גראמען זענען ניטאמאל אזוי אויסגעהאלטן דארט... גראמען איז נישט מיין ספעשעלטי... כ'האב מיר געמוטשעט אביסל...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ממוצע האט געשריבן:נעם למשל מיין ארטיקל http://www.ivelt.com//forum/viewtopic.p ... 233eabc895

עס איז זייער שיין געשריבן, עס איז נישט סתם גראמען נאר עפעס מער.

אבער דעי 'עפעס מער' איז געשריבן מיט מח, שכל און קאמאן סענס.

פאר פאעזיע, דארפסטו אוועקנעמען דיין מח און דיינע מחשבות, און ארויסגיין פונעם עולם המעשה, און אריינקריכן אין דיין הארץ און אין דיין סוב קאנטשעס און זיי לאזן זאגן וואס זיי ווילן איבער די נושא וואס דו ווילסט שרייבן.

כנלע"ד
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ממוצע האט געשריבן:נעם למשל מיין ארטיקל viewtopic.php?f=96&t=47372

דו וואלסט עס באטראכט ווי א פאעזיע, אדער ווי גראמען?

איך וואלט עס נישט ממש באטראכט ווי פאעזיע. ווייל ס'פעלט דער געפיל פון דעם. אבער ס'האט א געוויסע אבסטראקט. אבער סתם גראמען אויך נישט. די גראמען זענען ניטאמאל אזוי אויסגעהאלטן דארט... גראמען איז נישט מיין ספעשעלטי... כ'האב מיר געמוטשעט אביסל...

כ'קוק עס יא אן אלץ פאעזיע, כאטש וואס מ'קען זיין מחולק.
עס איז דא עטליכע סארט פאעזיע. און לכאו' נישט אלעמאל מוז עס זיין אזוי שטארק געפיל'יש. פאעזיע ברענגט ארויס א פוינט אויף א געוויסע אופן, געווענליך איז עס א געפילישע פוינט, א הספד וכדו'.. אבער ס'מעג אויך זיין א פרייליכע ענין, אדער ווי דיין ארטיקל, א שטיקל אמונה...

ויש מקום להאריך במקום שקיצרתי.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

צ"ק די וואוטס זענען הערשט מארגען...
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דא איז א הערליכע באשרייבונג איבער פאעזיע והמסתעף:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 81#p851888
ליינט און האט הנאה!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נאר מיט שמחה האט געשריבן: ס'מעג אויך זיין א פרייליכע ענין,

ויש מקום להאריך במקום שקיצרתי.

גראדע פרייליך איז ריין געפיל
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

Bissli האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן: ס'מעג אויך זיין א פרייליכע ענין,

ויש מקום להאריך במקום שקיצרתי.

גראדע פרייליך איז ריין געפיל

ריכטיג.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

Bissli האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:נעם למשל מיין ארטיקל http://www.ivelt.com//forum/viewtopic.p ... 233eabc895

דו וואלסט עס באטראכט ווי א פאעזיע, אדער ווי גראמען?

איך וואלט עס נישט ממש באטראכט ווי פאעזיע. ווייל ס'פעלט דער געפיל פון דעם. אבער ס'האט א געוויסע אבסטראקט. אבער סתם גראמען אויך נישט. די גראמען זענען ניטאמאל אזוי אויסגעהאלטן דארט... גראמען איז נישט מיין ספעשעלטי... כ'האב מיר געמוטשעט אביסל...

עס איז זייער שיין געשריבן, עס איז נישט סתם גראמען נאר עפעס מער.

אבער דעי 'עפעס מער' איז געשריבן מיט מח, שכל און קאמאן סענס.

פאר פאעזיע, דארפסטו אוועקנעמען דיין מח און דיינע מחשבות, און ארויסגיין פונעם עולם המעשה, און אריינקריכן אין דיין הארץ און אין דיין סוב קאנטשעס און זיי לאזן זאגן וואס זיי ווילן איבער די נושא וואס דו ווילסט שרייבן.

כנלע"ד

א גוטן
איך בין גרייט צו אנטייל נעמען נאר אויף פאעזיע
און ווי ער שרייבט נאר געפיל נישט מח
ריין הארץ
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

הלוואי זאל זיין א פאעזיע פארמעסט
שכח נמ"ש
אוועטאר
כגיי ניסלעך
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 21, 2021 5:07 pm

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כגיי ניסלעך »

וואס איז די חילוק צווישן פאעזיע און גראמען?
האסט געשריבן א תגובה?
"כגיי ניסלעך דערפאר"
נישט קיין חילוק וואס דו האסט געשריבן!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאעזיע איז א שפראך. א שפראך וואס ווערט פארמירט ווען מען לאזט דעם געפיל לויפן, דאס הארץ שפירן און דעם פעדער שרייבן. עס איז א פיל ברייטערע סארט שפראך ווי די געווענליך מצומצמ'דיגע וועג וויאזוי מיר שרייבן געווענליך, וואו א' קומט פאר ב', ב' קומט פאר ג', יעדע זאך האט זיך זיין כלל און זיין פלאץ. אין פאעזיע פאלן אוועק די אלע כללים, יסודות און הלכות. דארט שרייבט מען ארויס פון הארץ צוזאמען מיט'ן מח ארויף אויפ'ן פאפיר דורכ'ן פענע.

ווי ריינער דער שריפט איז, ווי לויזער דער צמצום ווערט, אלס מער פאעטיש קומט דער שטיקל ארויס, אלס מער רייכער קומט דער ארטיקל אויס.

גראמען איז א צמצום. עס איז נישט קיין שפראך. גראמען באדייט אז די צוויי לעצטע ווערטער פון נאכפאלגנדע שורות ענדיגן זיך די זעלבע. גראמען האט מערערע מהלכים וויאזוי עס ארבעט, מען קען מאכן גראמען פון יעדע צוויי שורות וואס גראמען, מען קען מאכן אז יעדע צווייטע שורה גראמען. וכו' וכו'.

מען קען שרייבן גראמען אן צורירן די קלאמקע פון פאעזיע, און מען קען שרייבן פאעזיע אן צורירן די קלאמקע פון גראמען. דא אויף אייוועלט אליין זענען שוין געווען פון ביידע סארט שרייבערי, הערליכע שטיקלעך
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פאעזיע פארמעסט - זוממער תשפ"א!! קומט אריין שטימען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

פון גראמען צו ליינען וועל איך שטארק הנאה האבן, קען זיין כ’וועל מיר אוועק זעצן און שרייבן.

פאזיע איז נישט פאר מיר
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”