ממוצע האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז נישט דער חידוש. שרייבן "אוי טאטע" איז נישט עכט קיין סתירה צו פאעזיע. אבער פאעזיע באשטייט נישט פון שרייבן ווערטער ארום געפילן. מיט'ן שרייבן "אוי טאטע", האסטו נאך גארנישט געזאגט, בס"ה האסטו געגעבן א געשריי פארלוירנקייט וכדו'. ווידער שרייבן":
מיין הארץ פארשטומט פון געזאנגען
מיין זעל פארלוירן פארגאנגען
טאטע, מיינע אויגן ווארטן וואו ביזסטו
דיין פנים צו באהאלטסטו
דאס איז ווען דער הארץ דעסקרייבד זיך זעלבסט.
מען דארף נישט דוקא שרייבן זאכן וואס דער הארץ שפירט. מען קען שרייבן סיי וועלכע נושא, אבער דער הארץ איז דער וואס דארף רעדן.
עס איז אביסל שווער מסביר צו זיין, זינט עס איז א געפילישע שפראך, עס איז עפעס וואס באמת דאארף מען עס שפירן.
וואס הייסט? דו האלטסט אז מיין צווייטע משל איז נישט פאעטיש געשריבן?
"אוי טאטע! עס איז דא דער טיש בענקל, און איך. בין איך דער זעלבער דומם ווי זיי? איז מיין גאנצער פראדאקטיוועטי בלויז דאס אז כ'לאז זיך ווערן געפירט, פונקט ווי דער בענקל לאזט זיך ווערן באזעצט?"
סארי, איך האב עפעס נישט מדייק געווען תגובה.
דאס וואס דו שרייבסט איז זיכער א פאעטישער 'געדאנק' אבער איז נישט געשריבן אין פאעזיע 'שפראך'.
ווען דו שרייבסט ווען: דער טיש דער דומם, באהערשט דורך זיינע באניצער, צו זאל מען אויף אים זאכן אנלייגן, ווער פרעגט אים בכלל. ליגט אין א ווינקל באשיידן שטיל, ווארט מען זאל אים הייסן באפעלן, דאס וועט ער טון אן צעגערן. צו בין איך טאקע אנטשלאפן, צו איז דער מדבר אין מיר פארשטומט, צו האט ער מיר פארלאזט. פארוואס זאל איך ווערן געפירט, דורך ארומיגע הענט געוואנדן צו מיר. פארוואס זאל מיין וועזן נישט רעדן צו זיך, זאג צו ביזסטו דען נאקעט פון זיך. קום אהיים, קלייד זיך אן, שטעל זיך אוועק, קוק זיך אן. לאז מיר וויסן ווער דו ביזסט.
דאס איז פאעטישער שפראך, הארץ שפראך.