די אכטע טאג

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

איי ווי שיין צו זען, דיין ליכטיג פענימל זיס,
צוקער זיסע בעקעלעך גאר ווייעך,
פונעם כסא הכבוד אינדערהייעך,
נארוואס מיר געברענגט א ווארימע גריס,

דו ביסט גאר טייער, ווייסטו אוודאי געוויס,
א הייליג לעבן האסטו, חיי בדמיך,
אויפ דעם וועג דעם אלטן גיי איך,
ווען איך שעפשע מיט, כשם שנכנס לברית,


שטיל איך באטראכט,
שוין אדורך טעג אכט,
זייט א טאטע האסטו מיר געמאכט,

דיין אויגן פארמאכט,
אבער מיר זיך דאכט,
ווי זיי זינגען און טאנצן מיט פראכט,


ווי אין חלום זעה איך, דו ווערסט געפירט,
ווי אויף וואלקענעס, פון קישעלעך שיין,
אבער אין מיר, נאר דיין קעלעכל זיך שפירט,
ווען דו שרייסט ארויס, מיט א זיס געוויין,

מיט א שמחה, צו זיין פון עמו וצאן מרעיתו,
נאכאמאל פארבינדן מיט גאט אונז ביידן,
בענטש איך אשר קדשנו, וצונו, להכניסו,
בבריתו, של אברהם אבינו אונזער זיידן...



.....


די הענטעלעך פונעם סנדק אויסגעשפרייט,
אליהו הנביא אויך אויפן שטול,
ערנסט שטייט די גאנצע שול,
צו נעמען וואס דער מלאך גיט, יעדער גרייט,

אין טליתים איינגעהילט, דער עולם שטייט,
ווערן מער ריין יעדער וויל,
און דיר וואונטשן מיט געפיל,
צו תורה, חופה, און מעשים טובים באגלייט,


נישט נאר די נאכט,
דער מלאך וואכט,
פון היינט אן, אלץ מיט דיר אין שלאכט,

אויך נעם איך אינאכט,
דער מלאך געבראכט,
א צלם אלוקים, קיינמאל צו ווערן אפגעשוואכט,


ווי פון חלום איך זעה, פון אויבן ער שטאלצירט,
העכער וואלקענעס, פון קישעלעך שיין,
אבער אין מיר, די קליין קעלעכל זיך שפירט,
ווען דו העלפסט ארויס, מיט א זיס געוויין,

מיט א שמחה, צו זיין פון עמו וצאן מרעיתו,
א טייל מבריתו, של אברהם אבינו אונזער זיידן,
בעט איך גאט, אשר קדשנו, וצונו, להכניסו,
נאכאמאל אריינברענגען אינעם בונד, אונז ביידן!



...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

הערליך. זייער שיין

שיינע זיסע טינט
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

היסטאריש האט געשריבן:הערליך. זייער שיין

שיינע זיסע טינט

שקויעך
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

Wow הערליך הערליך!!!

באמת הנאה געהאט, ייש’’כ פארן מהנה זיין.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין!

טאלאנט איט איז!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הערליכע אידישע נשמה געפילן
מזל טוב!! כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הערליך!!

שש אנכי על אמרתך...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

געוואלדיג טינט!
רייך, עמאציענאל, געפיליש,
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

די חילוק איז, אז דו קענסט טאקע...
יישר כח פארן מהנה זיין
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

!!!!!Thank you all
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

מזל טוב...

פון מיין זייט אויס מאך בריתן יעדן טאג, כלל ישראל האט הנאה פון דיינע שמחות....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

ווערי נייס!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

מזל טוב צו דיין ברית, שעפעלע מיינס.
דער אויבערשטער זאל דיר שענקען א זיס לעכטיג לעבן מיט שפע פון אלעם גוטן.
זאלסט אויסוואקסן אן ערליכער איד, מיט א לעכטיג מזל!

מזל טוב צדיקל מיינס, מזל טוב.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: די אכטע טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

מזל טוב טינט.
מיין חלק אינעם שמועס...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”