אידענטיטעט.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

מען דארף שרייבן,
עס זאל איבערבלייבן,
א זכר לחורבן.

זיך צו בענקן,
צום פארן שענקן,
מיין נפש פאר א קרבן.

אויפגעבן טייל מאל מען מוז,
צום פיינט זיך אונטערגעבן ביז,
מיין זעהל איינער וועט ארומנעמען.

גענוג מיט פייער זיך געשפילט,
מיין פלאם ממילא אפגעקילט,
פארוואס עפענען און זיך ווידער פארקלעמען.

מיט מיין האנט דעם געווער אין א זייט איך לייג,
שטילערהייט איך עפן דעם טיר פון שטייג,
די פרייע לופט מיינע לונגען טוען שטיקן.

צו טון וואס איך וויל איז יעצט די צייט,
מיטן פיינט בין איך דאך פאניע בראדט,
דאך דער שטיין הערט נישט אויף דרוקן.

פון מיר אליינס איך טו אנטלויפן,
ווייט אוועק מיין וועזן צו טויפן,
די שורות פולן אן דעם בלאט דעם שווארצן.

דיין אלטער איך איז שוין פארגאנגען,
שפילן מיר אין אויער פרעמדע קלאנגען,
איך ווייס נישט פארוואס זיי זענען נישט צום הארצן.

אויב פון פריש אנהייבן איז נישט כדאי,
וואס לוינט א אידענטיטעט א ניי,
סטאטוס קווא ווידעראום איז גאר ביטער.

רעכטס פייער, לינקס אייז,
מיט יעדן טריט באגייט א גרייז,
כמיין סאיז צייט פאר א אידענטיטעט א דריטער.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

זייער זייער שיין
#איך-פארק-מענטשליך
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

הו הא... איך בין אזא קלאץ ווען עס קומט צו ליינען פאעזיע, אפאר שורות געדויערט מיר היפש צייט צו פארשטיין, אבער עס איז אזא טיפע געפילישע ארבעט, ימ'ען מיט געפיל, און נשמה. א געמיש פון געפילן.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

מורא'דיג! ממש מורא'דיג!
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

זייער שיין, מייסטערהאפטיג, טיף!
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

הייליג!
אבער דו מוזט ברענגען א סעלושען....
קענסט מיר נישט לאזן אזוי מיט די אישו...

אבער וואו! הערליך, שיין!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow
די חילוק איז, אז דו קענסט אויך...
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

א נייע ניק וואלט געארבעט...?

ס׳איז ביוטעפול.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

ענדע צדיק! האט געשריבן:א נייע ניק וואלט געארבעט...?

ס׳איז ביוטעפול.


פשט?
נישט פארשטענדליך.
איז עס א אינסייד דשאוק?
אויב יא, ברויך מען ווען לייגן א דיסקלעימער...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

קיין שום פריוואטע דזשאוק כמיטב ידיעתי. ער טראגט פשוט אן כזאל טוישן ניק במקום טוישן אידענטיטעט...
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

טינט האט געשריבן:הייליג!
אבער דו מוזט ברענגען א סעלושען....
קענסט מיר נישט לאזן אזוי מיט די אישו...

אבער וואו! הערליך, שיין!

ער געבט דיר דאך א סעלושען. א דריטער אידענטיטעט..


באמת דארף מען טאקע א דריטער אידענטיטעט. נישט די אנטלויפנדע אידענטיטעט, און נישט די וואס בלייבט געבאקסד מיט די אלטע. נאר אזא וואס קען פעיסן זיין אייגענע, און דאך ארויסגיין דערפון ווען עס פעלט אויס...
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

מיאושדיגער האט געשריבן:
טינט האט געשריבן:הייליג!
אבער דו מוזט ברענגען א סעלושען....
קענסט מיר נישט לאזן אזוי מיט די אישו...

אבער וואו! הערליך, שיין!

ער געבט דיר דאך א סעלושען. א דריטער אידענטיטעט..


באמת דארף מען טאקע א דריטער אידענטיטעט. נישט די אנטלויפנדע אידענטיטעט, און נישט די וואס בלייבט געבאקסד מיט די אלטע. נאר אזא וואס קען פעיסן זיין אייגענע, און דאך ארויסגיין דערפון ווען עס פעלט אויס...

;l;p-
לעצט פארראכטן דורך מתמודד אום מאנטאג אפריל 26, 2021 8:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

מתמודד האט געשריבן:קיין שום פריוואטע דזשאוק כמיטב ידיעתי. ער טראגט פשוט אן כזאל טוישן ניק במקום טוישן אידענטיטעט...


אההההה....
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

מיאושדיגער האט געשריבן:
טינט האט געשריבן:הייליג!
אבער דו מוזט ברענגען א סעלושען....
קענסט מיר נישט לאזן אזוי מיט די אישו...

אבער וואו! הערליך, שיין!

ער געבט דיר דאך א סעלושען. א דריטער אידענטיטעט..


באמת דארף מען טאקע א דריטער אידענטיטעט. נישט די אנטלויפנדע אידענטיטעט, און נישט די וואס בלייבט געבאקסד מיט די אלטע. נאר אזא וואס קען פעיסן זיין אייגענע, און דאך ארויסגיין דערפון ווען עס פעלט אויס...

אך ווי ריכטיג
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אידענטיטעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א דאנק פאר @מקוה איד, @מח בקדקדו, @עכט היימיש, @מיואשדיגער, @טינט, @ביסלי, @ענדע צדיק פארן טון א חסד של אמת און קאמפלימענטירן אט דעם פאעזיע, אנע קאמפלימענטן וואלטן די פעדערס געווען טרוקן און די בלעטער לעהר.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”