מיין רייזע טאגבוך, ליגט אין די זייט,
אבער איך מוז גיין,
פארשטיין, מיין געוויין,
פאר'ן קאמף גרייט, צו פארן ווייט,
שטויביגע וועגן, פון אלטע לייט,
נאך א טרער פארווישט,
כ'קען נישט, בלייבן צומישט,
מיין שנירל צושפרייט, אין גאלדען קייט,
די מדבר זאמדן, עלנדקייט שרייט,
די האנט שפרייט אויס,
צו גיין גרויס, נעמען ארויס,
די ריכטיג באדייט, פון פארגאנגענהייט,
די שווייס עס רינט,
די קאפ שווער,
איך ווייס נישט בכלל מיין ציל,
פון רעכטס,
טויזנטער מלאכים זינגען,
מיין נאמען מיט הייליג געפיל,
פאפיר און טינט,
ווערטער איך הער,
שרייען העכער ווען שטיל,
די שלעכטס,
מיט גוטס איבערקלינגען,
געווינען נאר אזוי שטארק איך וויל.
די גרויסע ים, אט פאר מיר שטייט,
פון די הויכע בלוטיגע וואלן,
די שטראלן, טוען פאלן,
פארווארפן, צוזייט, שנעלער ווי צייט,
די גלעקל קלינגט, ביים טיר פון קלייט,
אין מאגאזין טרעט אריין,
צו זוכן די שיין, ריין, סחורה דיין,
אבער מיט קראנקהייט, געווארן גענייט,
אינעם צוקונפט, דורות און יארן געלייט,
נייע וועלטן האב איך ערפינדן
וואס מער פארבינדן, מער זינגן,
אויף די לענג און ברייט, מער פארדרייט,
איך, נאך א קליין קינד,
פארשוועמט די טרער,
מיין הייליג פייער ווערט קיל,
די שלעכטס,
אויבן זאל פארשלינגען,
אדורכגיין נאר אזוי איך וויל,
איך בין נאך בלינד,
אבער גלייבן איז מער,
איך ווייס קלאר מיין ציל,
נאר רעכטס,
וועל איך בלייבן זינגען,
מיין נאמען מיט הייליג געפיל,
די רייזע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
די רייזע
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: די רייזע
יש לי מילים, אבל אין לי מילים!
ביסט ריזיג!
ביסט ריזיג!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.