בלאט 1 פון 1

דער קוטשמע מייסטער

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 1:32 pm
דורך טינט
איי איי איי דער קוטשמע מייסטער,
אלעס די בעסטע אייביג ווייסט ער,
דער האט א דיקן פעטן טייסטער,
יענער צופיל די קינדער שמייסט ער,

אויף די ליפן אייביג א זיס רעטעניש,
אבער לאכן פון מיינע וועט ער נישט,
ער האלט זיך ח"ו פון די פעטע נישט,
אבער עסן, עסט מער ווי צום זעטעניש,

ווער א וואוילע איד אין גאס הייסט ער,
אבער עכט נישט זיך צופלייסט ער
האט השקפות פון פרעמדע גייסטער,
און אזוי אלע רבנים אראפרייסט ער,

דולט די גליונות און בלעטער נישט,
צו א האלבע שול בכלל רעדט ער נישט,
העלפן א אלטן איד העט ער נישט,
און קיין פעני צדקה בשיטה גיט ער נישט,

אינעם משולח'ס נשמה אריין בייסט ער,
גיי ארבעט, שרייט ער א דרייסטער,
אויפ'ן ראוד אויף מיליאן שמייסט ער,
כ'אדעך א קוטשמע, זיך טרייסט ער,

א שמייכעלע פון אויער צו אויער,
די קוטשמע מיט שטאלץ באקרוינט,
די מילך אינדרויסן ווערט זויער,
אבער ער מיט די קוטשמע וואוינט,
טענהט אז נאך די קאלטע שויער,
צוריק עס אנטון נאך אלץ זיך לוינט

עס רעגט ממש אויף אלע גלידער,
די זון באקט דורכן פענסטער צימער,
מיין טייערער הייליגער ברודער,
פארוואס א קוטשמע שרייען טומער,
נאך אלע מעשיות און לידער,
העלא! ס'איז שוין צוויי חדשים זוממער!

Re: דער קוטשמע מייסטער

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 1:40 pm
דורך אזוי גוט
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אז מען טויגט, טויגט מען. מוירעדיגע זיס אין באחנט, שכח.

Re: דער קוטשמע מייסטער

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 6:41 pm
דורך אוראייניקל
;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-

Re: דער קוטשמע מייסטער

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 6:44 pm
דורך עירמאנט'ער
קוטשמעניאניקעלע.... פיינע קרעטשמע ווארע

Re: דער קוטשמע מייסטער

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:22 pm
דורך טינט
אזוי גוט האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אז מען טויגט, טויגט מען. מוירעדיגע זיס אין באחנט, שכח.

שקויעך

Re: דער קוטשמע מייסטער

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 08, 2021 2:22 pm
דורך טינט
עירמאנט'ער האט געשריבן:קוטשמעניאניקעלע.... פיינע קרעטשמע ווארע

איך גלייך די ווארט.
#קוטשמעניאניקעלע

Re: דער קוטשמע מייסטער

געשריבן: מיטוואך אפריל 21, 2021 12:14 pm
דורך ענדע צדיק!
אה, דאס איז פיין!

Re: דער קוטשמע מייסטער

געשריבן: מיטוואך אפריל 21, 2021 1:06 pm
דורך אליפרני'ס קוטשמע
;l;p- ;l;p- ;l;p-

וואס זאל איך אבער טון אז איך וועל מיר מיין קוטשמע פאר קיין געלט נישט אראפ נעמען....

Re: דער קוטשמע מייסטער

געשריבן: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:32 pm
דורך טינט
אליפרני'ס קוטשמע האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

וואס זאל איך אבער טון אז איך וועל מיר מיין קוטשמע פאר קיין געלט נישט אראפ נעמען....


האהא...
גיב נישט אויף!
העטערס גאנע העיט...

Re: דער קוטשמע מייסטער

געשריבן: פרייטאג אפריל 23, 2021 2:32 pm
דורך אליפרני'ס קוטשמע
טינט האט געשריבן:
אליפרני'ס קוטשמע האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

וואס זאל איך אבער טון אז איך וועל מיר מיין קוטשמע פאר קיין געלט נישט אראפ נעמען....


האהא...
גיב נישט אויף!
העטערס גאנע העיט...

איך געב גארנישט אויף! איך האלט מיר פעסט!

אבער דו מאך אויך זיכער נישט אויף צו הערן און אהער שטעלן נאך פון רייכע שטיקליך!