דער קוטשמע מייסטער

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

דער קוטשמע מייסטער

תגובהדורך טינט » דינסטאג אפריל 06, 2021 1:32 pm

איי איי איי דער קוטשמע מייסטער,
אלעס די בעסטע אייביג ווייסט ער,
דער האט א דיקן פעטן טייסטער,
יענער צופיל די קינדער שמייסט ער,

אויף די ליפן אייביג א זיס רעטעניש,
אבער לאכן פון מיינע וועט ער נישט,
ער האלט זיך ח"ו פון די פעטע נישט,
אבער עסן, עסט מער ווי צום זעטעניש,

ווער א וואוילע איד אין גאס הייסט ער,
אבער עכט נישט זיך צופלייסט ער
האט השקפות פון פרעמדע גייסטער,
און אזוי אלע רבנים אראפרייסט ער,

דולט די גליונות און בלעטער נישט,
צו א האלבע שול בכלל רעדט ער נישט,
העלפן א אלטן איד העט ער נישט,
און קיין פעני צדקה בשיטה גיט ער נישט,

אינעם משולח'ס נשמה אריין בייסט ער,
גיי ארבעט, שרייט ער א דרייסטער,
אויפ'ן ראוד אויף מיליאן שמייסט ער,
כ'אדעך א קוטשמע, זיך טרייסט ער,

א שמייכעלע פון אויער צו אויער,
די קוטשמע מיט שטאלץ באקרוינט,
די מילך אינדרויסן ווערט זויער,
אבער ער מיט די קוטשמע וואוינט,
טענהט אז נאך די קאלטע שויער,
צוריק עס אנטון נאך אלץ זיך לוינט

עס רעגט ממש אויף אלע גלידער,
די זון באקט דורכן פענסטער צימער,
מיין טייערער הייליגער ברודער,
פארוואס א קוטשמע שרייען טומער,
נאך אלע מעשיות און לידער,
העלא! ס'איז שוין צוויי חדשים זוממער!
לעצט פאראכטן דורך טינט אום דאנארשטאג אפריל 08, 2021 2:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: דער קוטשמע מייסטער

תגובהדורך אזוי גוט » דינסטאג אפריל 06, 2021 1:40 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אז מען טויגט, טויגט מען. מוירעדיגע זיס אין באחנט, שכח.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דער קוטשמע מייסטער

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג אפריל 06, 2021 6:41 pm

;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: דער קוטשמע מייסטער

תגובהדורך עירמאנט'ער » דינסטאג אפריל 06, 2021 6:44 pm

קוטשמעניאניקעלע.... פיינע קרעטשמע ווארע
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: דער קוטשמע מייסטער

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 2:22 pm

אזוי גוט האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אז מען טויגט, טויגט מען. מוירעדיגע זיס אין באחנט, שכח.

שקויעך
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: דער קוטשמע מייסטער

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 2:22 pm

עירמאנט'ער האט געשריבן:קוטשמעניאניקעלע.... פיינע קרעטשמע ווארע

איך גלייך די ווארט.
#קוטשמעניאניקעלע
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: דער קוטשמע מייסטער

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:14 pm

אה, דאס איז פיין!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אליפרני'ס קוטשמע
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2020 7:59 pm

Re: דער קוטשמע מייסטער

תגובהדורך אליפרני'ס קוטשמע » מיטוואך אפריל 21, 2021 1:06 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

וואס זאל איך אבער טון אז איך וועל מיר מיין קוטשמע פאר קיין געלט נישט אראפ נעמען....

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: דער קוטשמע מייסטער

תגובהדורך טינט » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:32 pm

אליפרני'ס קוטשמע האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

וואס זאל איך אבער טון אז איך וועל מיר מיין קוטשמע פאר קיין געלט נישט אראפ נעמען....


האהא...
גיב נישט אויף!
העטערס גאנע העיט...
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
אליפרני'ס קוטשמע
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2020 7:59 pm

Re: דער קוטשמע מייסטער

תגובהדורך אליפרני'ס קוטשמע » פרייטאג אפריל 23, 2021 2:32 pm

טינט האט געשריבן:
אליפרני'ס קוטשמע האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

וואס זאל איך אבער טון אז איך וועל מיר מיין קוטשמע פאר קיין געלט נישט אראפ נעמען....


האהא...
גיב נישט אויף!
העטערס גאנע העיט...

איך געב גארנישט אויף! איך האלט מיר פעסט!

אבער דו מאך אויך זיכער נישט אויף צו הערן און אהער שטעלן נאך פון רייכע שטיקליך!


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט