מיין פעדער׳ס מוסר פארציע

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פולווער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:53 pm

מיין פעדער׳ס מוסר פארציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולווער »

בס״ד

מיין פעדער׳ס מוסר פארציע


דער פענע איז מיר טרוקן, די טינט טוט זיך שטיקן, ארעם און פארלוירן כ׳שפור
אזויפיל צייטן און יארן, פליסיגקייט נישט געטון שפארן, כ׳בעט מיר ביי דיר

כ׳כאפ דיר אן מיט מיין האנט, גיס עפעס אינטרעסאנט, טינט לאז גיסן
מיינע געפילן מיר פארצייל, ווען מיט דיר איך ווייל, לאז עס פליסן

פארוואס ביזטו שטום, טינט טינט; קום קום, לאמיר אנהייבן פון דאסניי
טו דיך נישט פארהאנקען, פארצייל מיינע געדאנקען, מסודר אין א ריי

אפשר טו איך נישט פארמאגן, קיינע ווערטער צו זאגן, נאך אזא טאג אפרעכטן
איין טאג וועסטו נאך דערציילן, דיינע שאלעכטס אפשיילן, דער בעסערער מארגן ווי נעכטן

היינט נישט באשערט-איז, טרוקן די טינט ווערט-עס, דיין אויפירונג נישט לאזט
מארגן זיך בעסער פירן, כ׳וועל דיינע מעשים שפורן, נאך האפענונג דו האסט
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מיין פעדער׳ס מוסר פארציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

שיין, גיי אהן!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין פעדער׳ס מוסר פארציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

עס זעהט א יעדער, די טאלאנט פון דיין פעדער, א ספעציעלע חוש
זיך צו באלעקן, אפילו ער בלייבט שטעקן, און ער זאגט גארניש.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיין פעדער׳ס מוסר פארציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

שיין שיין! שרייב נאך!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מיין פעדער׳ס מוסר פארציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

כ'האלט נישט פון דעם פאזיע!

ווייל ס'איז נישט ריכטיג... ער שרייבט פיין!

ברענג נאך, שרייב שרייב, בידך הדבר...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פולווער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:53 pm

Re: מיין פעדער׳ס מוסר פארציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פולווער »

יישר כח פאר אלע מגיבים,
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”