די געוויין פון מיין נפש

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

די געוויין פון מיין נפש

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך מארטש 10, 2021 8:26 pm

ווי שטורעמישע וואסערן וואס קלאפען זיך אהן אין א שטיין
קלאפן מיינע געפילן אין מיין הארץ אריין

אינטערדריקט איז מיין וועזן מיינע געפילן דערשטיקט
ווי א וואלקאן בארג וואס האלט זיין פייער פארשטומט


מיין זעהל קאכט און זידהט ער ווייסט עס איז דא בעסער
אבער זיין קול ווערט פאלוירען אין מיין הארץ פיל מיט לעכער

א הארץ פיל מיט ווייטאג פחד און שרעק
ווערטלאז און שילד געפילן וואס נעמט נישט קיין עק


זיין געשריי און באדערפעניש שרייען אזוי הויך
אז מיט מיין צובראכען הארץ פאלט אויך אלץ קרבן מיין מוח

ער זיכט און ער נאגט
צו דערגיין און ערפילען וואס מיין נפש פלאגט

אוי ווי ווייט אבער האט ער פארקראכען
יעדע ביסעלע פרידען האט ער צובראכען

מיין מוח'ל וואס איז געווען מיין איינציגסטע האפענונג
איז געווארן א חלק פון מיין יסורים און פלאג

שכל און רעאליטעיט האבען נישט קיין ווארט
ווען ווייטאג און צער פארנעמן יעדע ארט

מיין פאר'צער'טע זעהל טוט וויינען
אבער מיין צומישטע הארץ קען זיינע באדערפעניש נישט ליינען

ער טוט אים נישט איגנארירען
נאר מען האט אים אויסגעלערנט אז ער טוט ניטאמאל עקזעסטירען

ער איז געבוירן מיט זיין תכונה מיט זיין אייגענעם שניט
אבער מען האט אים אין א קליינע קעסטעלע פארשטיפט

אוי געוואלד וואס האט ער דען געבעטן
אז מען זאל זיין אים לאזן בליען און לעבן
וואקסען און שטרעבן

אבער קוקענדיג ווייט ווייט
זעה איך דארט עפעס ליכטיגקייט

עפעס זעה איך נאך א שיין
א קול וואס זאגט עס וועט נאך גוט זיין

צום ליכט איך דיירעקטיר ווי א פארבלאנדזשטער אין וואלד
מען קלאפט זיך אהן כסדר אין מען פאלט

אבער ווילאנג מיינע פיס קענען נאך גיין
וועל איך זיך צו די קול פון מיין נפש מסייחת זיין

אויפגעבן וועל איך קיינמאל
ביזווילאנג מיין נשמה וועט זיין ביים שומר ישראל
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום מוצ"ש מארטש 13, 2021 9:55 pm, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיין נפש'ס געשריי

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך מארטש 10, 2021 8:33 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
כאטש איז איינער מיט מיר ....
לאמיר כאטש שרייען צוזאמען
פרעגלט’ס א מצה מאכטס געלט, ס’קומט א חתונה אויף דער וועלט

#קרעדיט@כאנישפאראשעקאאל
אונטער 40 וועט נישט פארשטיין

אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: מיין נפש'ס געשריי

תגובהדורך מיאושדיגער » מיטוואך מארטש 10, 2021 8:53 pm

אויך מיין נפש'ס געשריי.

שכח שרייזשע. שריי ווייטער.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' דערמיט.

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיין נפש'ס געשריי

תגובהדורך Bissli » מיטוואך מארטש 10, 2021 9:28 pm

אוי וויפול טייכן טרערען זענען שוין פארגאסן געווארן איבער די פאר שורות:

נאר מען האט אים אויסגעלערנט אז ער טוט ניטאמאל עקזעסטירען

ער איז געבוירן מיט זיין תכונה מיט זיין אייגענעם שניט
אבער מען האט אים אין א קליינע קעסטעלע פארשטיפט

אוי געוואלד וואס האט ער דען געבעטן
אז מען זאל זיין אים לאזן בליען אין לעבן
וואקסען אין שטרעבן


וויפול מען האט שוין פארלוירן ווייסט איין טאטע אין הימל

איך שריי אין וויין מיט דיר א גאנצע נאכט און ווען עס ווערט ליכטיג לאז אונז וויסן!
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיין נפש'ס געשריי

תגובהדורך Bissli » מיטוואך מארטש 10, 2021 9:36 pm

פארוואס איז עס נישט דא viewforum.php?f=96 ?
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: מיין נפש'ס געשריי

תגובהדורך עומד מן הצד » מיטוואך מארטש 10, 2021 10:33 pm

זייער ווארעם!, ייש''כ

פאלקאוויטש123
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:38 am

Re: מיין נפש'ס געשריי

תגובהדורך פאלקאוויטש123 » דאנארשטאג מארטש 11, 2021 9:59 am

הערליך הערליך!!!!

פילינגס
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיין נפש'ס געשריי

תגובהדורך פילינגס » דאנארשטאג מארטש 11, 2021 10:00 am

הייליג

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מיין נפש'ס געשריי

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג מארטש 11, 2021 10:32 am

קעפל פארראכטן: מיין נפש'ס געוויין.


;l;p- :-(
א חכם גלויבט אין די פאקטן לויט ווי אזוי ער "פארשטייט" עס, א נער גלויבט אין די פאקטן 'נאר' לויט ווי אזוי ער "זעהט" עס!

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

Re: מיין נפש'ס געשריי

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג מארטש 11, 2021 12:20 pm

ייש"כ אלע
צעקה בקול דממה דקה

געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: מיין נפש'ס געשריי

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג מארטש 11, 2021 12:26 pm

שרייזשע האט געשריבן:ייש"כ אלע

ארויסגעברענגט א האקעלע נושא וואס ימים טרערן זענען שוין אויף דעם פארגאסן געווארן און אפאר הערליכע גראמען.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

פייוויש בראדער
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:56 am

Re: מיין נפש'ס געשריי

תגובהדורך פייוויש בראדער » דאנארשטאג מארטש 11, 2021 2:55 pm

שטארק!

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

Re: מיין נפש'ס געשריי

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג מארטש 11, 2021 4:42 pm

נשמת השכל האט געשריבן:קעפל פארראכטן: מיין נפש'ס געוויין.


;l;p- :-(


אקעי...
"די געוויין פון מיין נפש"
צעקה בקול דממה דקה

סטראקעס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: די געוויין פון מיין נפש

תגובהדורך סטראקעס » פרייטאג מארטש 12, 2021 2:12 pm

הערליך שיין!
צ''ל די געוויין פון אונזערע נפשות..

להתחבר
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:08 pm

Re: די געוויין פון מיין נפש

תגובהדורך להתחבר » מוצ"ש מארטש 13, 2021 9:33 pm

זייער צו די פוינט.. אזוי גיט ארויסגעברענגט געפילן נאך מיט שיינע גראמען.
כ'האב עס זייער ליב !

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

Re: די געוויין פון מיין נפש

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג מארטש 14, 2021 1:59 pm

ייש"כ
צעקה בקול דממה דקה


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט