קאלירפולע כוואליעס...

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

סטראקעס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 1:08 pm

קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך סטראקעס » דינסטאג מארטש 02, 2021 12:20 am

רויע מחשבות איבער בערשטלעך און פארב


פארב- בערשטלעך- שמירן- מישן. קאלירן, וואס נעכטיגע החלטות פארדעקט, מארגענדיגע יסודות שטעלט, יסודות פאר א געמישעכץ פון שלימות'דיגער יצירה.
מחשבות- ווי כוואליעס פון פארב, הין אהער, ארויף אראפ ,כוואליעס - רוישיגע ווי רואיגע.
א וויש אהער, שווארץ דאמינירט. א מיש צוריק, ווייס איז מלך איבער אלץ און אלעמען.
לויז וואסער'יג, גארנישט איז סטאביל, וועט דער פייער רויטער שטריך פארבלייבן? צו גאר ים בלויע וואלן אים פארשוועמען?
ווינציגער פלענער - קאלירפולערע רעזולטאטן. נישטיגער די וויל - טיפער די תוצאות.
א מהלך דערשטיקט, א רצון פארהאקט. באלאנס, ברויך אבער פארט פארבלייבן, סתירה ביז א גבול,
קאנטראסט ביז. א שטריך - אפילו אומזעהבאר, מוז פארבינדען זיי צוויי, צמצומים - ווי מקום און זמן, הערשן אויף דערווייל.
דאס הערצעל פאר אויסדרוק גארט, פרייהייט ווי לופט, גיי! גיי אויף דאטשע מוח'ל מיינס, כוועל דיך רופן ווען נייטיג, שטרעק דיין האנט, וועהל א קאליר, גלייב און דיין אויסוואהל, אז נישט דו דאן ווער?
דיין זעהל, מיט די כוואליעס פלוס לאז רייטן, אויף די בערג הויכן לאז קלעטערן, אנקער אויף די ברעגעס פון קאליר לאנד ווי אלס איז פוכיג ווי שוים, ווייך ווי זאמד ביי די ברעגעס, ברעגעס וואס דיינע פיס טריט און גאלדענעם זאמד פארמירן צייכנס פון טרוים איבער ענדלאזע גראזיגע האריזאנטן, וואס מישן זיך צונויף מיט העל רויזע בלומען בייטן, ווי צויבער צום טאקט פון דיין בערשטל. דו ביזט דא אויף צו פארבלייבן.
ווי לאנג מיין ברשטל אקטיוו, איז פאנטאזיע מיין גרעניץ, פארטריקנט. נאר איין אפציע, מיט א דעקע פארציען, און אנהייבן פון דאסניי. נישט געפערליך אבער טאפלט ארבעט.
ווייס און שווארץ געבוירן גרוי, א טראפעלע רויט, א שקיעה פארב.
וואס איז אייגנטלעך שענער שקיעה צו זריחה? איך מיין די דיפערענץ איז בלויז די הונטערגרונד.
איך טינק און געל. געל? ווער זאגט? איך מיין אז באגרעניצטער קאליר וויזיע פאפט מיך גאר,
א געשעפט האב איך. קוים ווייס איך וואס איך זעה, זאל איך אויף וואס איך זעה נישט דעגה'ן?
פארטיג .
יא ביזט זיכער? אפשר נאך איין ערגענצונג שטריך? אהה... ביזט דא צוריק מוח'ל מיינס, דא מיך צוריק אהיימנעמען, מיך. דיין אומבאהאלפן קינד,
ווייסטע וואס, כ'וועל דיך צוליב טוהן, נאך איינס איז נאך איינס,
אבער וואס איז דיין גאראנטי אז דו גייסט נישט פאדערן נאך איינס? הא?
פארטיג.

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3836
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך שמו » דינסטאג מארטש 02, 2021 12:21 am

שייין WOW WOW
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/


צו זעהן וואס מען באהאלט פון דיר

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך טינט » דינסטאג מארטש 02, 2021 1:57 am

Wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow
איך בין ווערטערלאז!
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך Bissli » דינסטאג מארטש 02, 2021 10:05 am

דאס איז שוין נעקסט לעוול!
אזאנס וואס נאר טאלאנט פלאס געפיל קענען באווייזן!
יישר כח פארן אונז מהנה זיין און פארן אונז מאכן פילן אביסל פון אונזערע געפילן אין אסאך פון דיינע
קיפ איט אן
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

סטראקעס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך סטראקעס » דינסטאג מארטש 02, 2021 1:25 pm

ייש''כ פאר אלע קאמענטירער, אז סאיז דא כלים איז דא אורות.

אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך מיאושדיגער » מיטוואך מארטש 03, 2021 4:36 pm

מילה אין בפי ולשוני מלה
איך אני מגיד WOW בלשון המדוברה

כזו יצירה אין לו על מה לומר
האם אחשוב מה לדבר
הלא זה צמצום כהלכה
תלך למנוחה

אבל רק אתהלך וארכוב
עם גלי הלב שלי לבטא בטוב

WOWWOWWOWWOWWOW דו ברענגסט ארויס די טיפסטע געפילן מיט אזאנע הערליך באצירטע פראזן!!
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' דערמיט.

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך טינט » מיטוואך מארטש 10, 2021 2:41 pm

ס'איז ממש א חוצפה אז מער מענטשן קומען נישט אריין דא אויסדריקן די קאמפלימענטן און דאנקען!
עס איז דאך ממש גאונות!
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך מיאושדיגער » מיטוואך מארטש 10, 2021 2:42 pm

זעט אויס אז די כוואליעס זענען צו הויך, און מענטשן דערגרייכן אהין שווער..
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' דערמיט.

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך טינט » מיטוואך מארטש 10, 2021 2:47 pm

און נאך א זאך ערעב סטראקעס, כ'האב באמערקט סיי דא, און סיי, סיי א אנדערע זאך דיינע, דאכט זיך "לאכן לאכט דער לעצטער" און אנדערע,
דו קאווערסט זייער אסאך נושאים און טעמעס מיט מינימאלע ווערטער און אויסדריקן צו דעם ביישפיל, - וואס איז עמעיזינג, אבער איך טראכט אז ס'קען זיין אביסל אווער וועלמינג פאר'ן ליינער, ווען ס'איז נישט דא א קלארע ספעציפישע מעסעדדזש, וואס ווען איך ענדיג געדענק איך דאס.
איך זאג חס ושלום נישט קיין קריטיק, נאר פארקערט.
גיי אן בגדול!
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך Bissli » מיטוואך מארטש 10, 2021 2:57 pm

מענטשן האבן אויך מורא צו ליינען דא ווייל מען וויל אנטלויפן פון זיך און פון די אייגענע געפילן.
ווער רעדט נאך פון קאמענטן, מען געט א פארהאק דו פעידזש פאר מען קען קאנעקטן צו וואס דא שטייט
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך מארטש 10, 2021 3:10 pm

נפלאות הבורא.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך בלא בלא בלא » מיטוואך מארטש 10, 2021 3:34 pm

אבנארמאל!

איבער טינטס טענות: מענטשן גלייכן שווארץ און ווייס

סטראקעס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך סטראקעס » מיטוואך מארטש 10, 2021 7:00 pm

טינט האט געשריבן:און נאך א זאך ערעב סטראקעס, כ'האב באמערקט סיי דא, און סיי, סיי א אנדערע זאך דיינע, דאכט זיך "לאכן לאכט דער לעצטער" און אנדערע,
דו קאווערסט זייער אסאך נושאים און טעמעס מיט מינימאלע ווערטער און אויסדריקן צו דעם ביישפיל, - וואס איז עמעיזינג, אבער איך טראכט אז ס'קען זיין אביסל אווער וועלמינג פאר'ן ליינער, ווען ס'איז נישט דא א קלארע ספעציפישע מעסעדדזש, וואס ווען איך ענדיג געדענק איך דאס.
איך זאג חס ושלום נישט קיין קריטיק, נאר פארקערט.
גיי אן בגדול!

יש''כ פאר די ווארעמע פידבעק, און קאמענטארן.
לעצם הענין, פאעזיע האט זייער ווייניג געזעצן, ווייל דאס איז וואס דעפינירט פאעזיע איבער גראמען און שרייבעריי,
איר איין און איינציגער געזעץ איז, הארץ, און רויע געפיהל, צוליב דעם דארף פאעזיע נישט ווערן 'פארשטאנען', נאר דארף ווערן 'געשפירט' .
פאעזיע טאר נישט ווערן געשריבן מיט א ציהל מען זאל איר פארשטיין, אבער אויך נישט מיט א ציהל איר 'נישט' צו פארשטיין...(קאמפלעצירט? א שטיקל פאעזיע...)
און וויבאלד די ציהל פון פאעזיע איז אריינצולייגן רויע אינספיראציע און געפיהל, און א צמצום, די מינוט וואס פאעזיע טראגט א אנדערע ציהל, ווי געפעלן א קליאנטעל וכו' ,איז זי אויס פאעזיע.
בשעת דער גראמער און שרייבער וויל מיך פארציילן וואס ער שפירט, קומט דער פאעט מיך פארציילן וואס איך שפיר.
מער איבער פאעזיע כללים דארף מען עפענען א באזונדערע אשכול.

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך Bissli » מיטוואך מארטש 10, 2021 7:19 pm

אויך געטראכט אזוי.
וויאזוי קען מען צוקומען צו שרייבן וואס דו הארץ פילט רויערהייט?
איך קען אפשר באשרייבן מיין געפיל אבער נישט מיין געפיל זאל שרייבן
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

סטראקעס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 1:08 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך סטראקעס » מיטוואך מארטש 10, 2021 7:30 pm

נאך א אנגענומענעם טעות ביי געוויסע, איז אז גראמען און פאעטרי, איז איין זאך, בשעת וואס באמת זענען די צווי די גרעסטע סתירה מיסודם,
בעת וואס גראמען פאדערט כל כילו מח, וועלכע וועטער שטימען מיט וועלכע, איז פאעזיע עפעס וואס דארף ווי ווייניגער מח, און בלויז לב, דיין הרגש שטורעמט? זוכסט צו מאכן א כלי?
נעם א פענע און פאפיר און לאז עס לויפן, נישטערן פאר א גוטער גראם פאר דיין געפיהל וועט דיך נאר שטומפיג מאכן.
וואס יא? אויב האסטו א רייכע וואקאבולאר, וועסטו גרינגער קענען צופאסן א גראם וואס זאל צוגעבן צום פאעם א ריטעם, אבער נישט דאס איז דער פאקוס.
פאעזיע פארמאגט זייער אסך פארעמעס ווי זי קען ווערן אראפגעגבען, גראמען איז נאר איינע פון זיי און מען קען זיי נאר צוזאמשטעלן ווען עס שטערט נישט איינע פארן צווייטן.
אויפן שפיץ גאפל.

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך טינט » מיטוואך מארטש 10, 2021 7:46 pm

סטראקעס האט געשריבן:נאך א אנגענומענעם טעות ביי געוויסע, איז אז גראמען און פאעטרי, איז איין זאך, בשעת וואס באמת זענען די צווי די גרעסטע סתירה מיסודם,
בעת וואס גראמען פאדערט כל כילו מח, וועלכע וועטער שטימען מיט וועלכע, איז פאעזיע עפעס וואס דארף ווי ווייניגער מח, און בלויז לב, דיין הרגש שטורעמט? זוכסט צו מאכן א כלי?
נעם א פענע און פאפיר און לאז עס לויפן, נישטערן פאר א גוטער גראם פאר דיין געפיהל וועט דיך נאר שטומפיג מאכן.
וואס יא? אויב האסטו א רייכע וואקאבולאר, וועסטו גרינגער קענען צופאסן א גראם וואס זאל צוגעבן צום פאעם א ריטעם, אבער נישט דאס איז דער פאקוס.
פאעזיע פארמאגט זייער אסך פארעמעס ווי זי קען ווערן אראפגעגבען, גראמען איז נאר איינע פון זיי און מען קען זיי נאר צוזאמשטעלן ווען עס שטערט נישט איינע פארן צווייטן.
אויפן שפיץ גאפל.

ריכטיג און הייליג.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך טינט » מיטוואך מארטש 10, 2021 7:57 pm

.
לעצט פאראכטן דורך טינט אום מיטוואך מארטש 10, 2021 8:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך טינט » מיטוואך מארטש 10, 2021 7:59 pm

סטראקעס האט געשריבן:
טינט האט געשריבן:און נאך א זאך ערעב סטראקעס, כ'האב באמערקט סיי דא, און סיי, סיי א אנדערע זאך דיינע, דאכט זיך "לאכן לאכט דער לעצטער" און אנדערע,
דו קאווערסט זייער אסאך נושאים און טעמעס מיט מינימאלע ווערטער און אויסדריקן צו דעם ביישפיל, - וואס איז עמעיזינג, אבער איך טראכט אז ס'קען זיין אביסל אווער וועלמינג פאר'ן ליינער, ווען ס'איז נישט דא א קלארע ספעציפישע מעסעדדזש, וואס ווען איך ענדיג געדענק איך דאס.
איך זאג חס ושלום נישט קיין קריטיק, נאר פארקערט.
גיי אן בגדול!

יש''כ פאר די ווארעמע פידבעק, און קאמענטארן.
לעצם הענין, פאעזיע האט זייער ווייניג געזעצן, ווייל דאס איז וואס דעפינירט פאעזיע איבער גראמען און שרייבעריי,
איר איין און איינציגער געזעץ איז, הארץ, און רויע געפיהל, צוליב דעם דארף פאעזיע נישט ווערן 'פארשטאנען', נאר דארף ווערן 'געשפירט' .
פאעזיע טאר נישט ווערן געשריבן מיט א ציהל מען זאל איר פארשטיין, אבער אויך נישט מיט א ציהל איר 'נישט' צו פארשטיין...(קאמפלעצירט? א שטיקל פאעזיע...)
און וויבאלד די ציהל פון פאעזיע איז אריינצולייגן רויע אינספיראציע און געפיהל, און א צמצום, די מינוט וואס פאעזיע טראגט א אנדערע ציהל, ווי געפעלן א קליאנטעל וכו' ,איז זי אויס פאעזיע.
בשעת דער גראמער און שרייבער וויל מיך פארציילן וואס ער שפירט, קומט דער פאעט מיך פארציילן וואס איך שפיר.
מער איבער פאעזיע כללים דארף מען עפענען א באזונדערע אשכול.


גערעכט, אבער איך מיין אז איך בין אביסל מחולק,
דהיינו, דאס וואס דו זאגסט אז מ'קען ארויסברענגען וואס דער שרייבער שפירט, נישט קיין חילוק אויף וועלכע שפראך און וועג, איז אמת! - פאר דיר אליין, אויב ווייזטו עס פאר אנדערע, דארפסטו אביסל געבן צו פארשטיין וואס דיין שפיץ איז, אמת, די וועג, און צורה איז נישט קיין נפקא מינא, אבער יעדע פרינטינג האט א בילד, א פילינג, א פוינט, א סצענע, אדער מעשה, וואס עס ברענגט ארויס,
וועסט קיינמאל נישט זעהן א שטיקל פאעזיע, ארט, אדער וואס אימער, וואס פארציילט זיבעצן פילינגס, א שטיקל מוסר, און א האלבע דזשאוק,
ארט איז ארט, אמת. אבער ווען מ'גיבט עס פאר אן עולם, דארפסטו עס קענען מסביר זיין פארן עולם.
א בילד ווייזט פאר די אויגן א בילד, וואס גיבט א געוויסע פילינג, ס'מעג זיין מער ווי איין, אבער ס'דארף האבן עפעס א סיסטעם, איעפעס א סדר, און אזוי אויך מיט געפילן, געפילן האבן א סיסטעם, קיינער פילט נישט, מסודר, פסח ביינאכט, סכך, לעדער, אראנדזש, קינדער, קאפיטולאציע, צוזאמען.

און די זעלבע מיט אונזער נושא דא.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך Bissli » מיטוואך מארטש 10, 2021 8:04 pm

@טינט די אלע טייערע פעינטינגס וואס קאסטן אין די מיליאנען האבן געווענדליך נישט קיין ספעציפישע בילד, ניין?
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך טינט » מיטוואך מארטש 10, 2021 8:16 pm

Bissli האט געשריבן:@טינט די אלע טייערע פעינטינגס וואס קאסטן אין די מיליאנען האבן געווענדליך נישט קיין ספעציפישע בילד, ניין?


גערעכט, ס'איז נישט געמאכט צו האבן א ספעציפישע בילד, ס'איז געמאכט געווארן צו געבן דעם אבזערווירער א געוויסע געפיל, א געוויסע ריר אינעם קוקער'ס הארץ, און די זעלבע מיט א שיינע פאעזיע, אבער ס'איז נישט א באטל פול מיט אלע מיני געפילן און מחשבות,
ס'קען יא זיין א מישמאש פון קאלירן און ווערטער, אבער ס'דארף דיר געבן א געוויסע זייער ספעציפישע מעסעדדזש, אדער געפיל, וויאזוי מ'זאל עס נישט אנרופן.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך Bissli » מיטוואך מארטש 10, 2021 8:17 pm

מאכט סענס
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך טינט » מיטוואך מארטש 10, 2021 8:19 pm

Bissli האט געשריבן:מאכט סענס


;l;p-
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך Bissli » מיטוואך מארטש 10, 2021 8:28 pm

טינט האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:@טינט די אלע טייערע פעינטינגס וואס קאסטן אין די מיליאנען האבן געווענדליך נישט קיין ספעציפישע בילד, ניין?


גערעכט, ס'איז נישט געמאכט צו האבן א ספעציפישע בילד, ס'איז געמאכט געווארן צו געבן דעם אבזערווירער א געוויסע געפיל, א געוויסע ריר אינעם קוקער'ס הארץ, און די זעלבע מיט א שיינע פאעזיע, אבער ס'איז נישט א באטל פול מיט אלע מיני געפילן און מחשבות,
ס'קען יא זיין א מישמאש פון קאלירן און ווערטער, אבער ס'דארף דיר געבן א געוויסע זייער ספעציפישע מעסעדדזש, אדער געפיל, וויאזוי מ'זאל עס נישט אנרופן.

למעשה רופט ער דעם קעפל "קאלירפולע כוואליעס" דאס מיינט אז ער ווייסט אויך אז עס איז צו קאלירפול די פראגע איז נאר צו א צווייטער וואלט אויך ארויסגעשטעלט אזא זאך פארן פאבליק, ווי עס זעט אויס וואלטסטו עס נישט געטון, אבער אזוי ווי סטראקעס האט נישט קיין פיער פרעשור (איך זאג נישט אז דו האסט יא) האט ער עס ארויסגעלייגט און למעשה זעט אויס ווי דער עולם האט הנאה געהאט, במילא וואלט איך געזאגט אז אפשר איז עס טאקע נישט די וועג אבער נאך אלץ זאל סטראקעס שרייבן נאך ווייל איך און נאך אידן האבן הנאה אפילו אויף דעם וועג!
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.

אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך מיאושדיגער » מיטוואך מארטש 10, 2021 8:50 pm

טינט. איך האב זייער ליב דיינע זאכן. דיין געפיל און דיין טאלאנט.

דאך, פאעזיע דארפן געבן א געפיל פון וואס דער שרייבער רעדט זיך דא ארויס. פארשטייט זיך אז א באטל פון געפילן אן קענען אנכאפן וואס דער געפיל איז דא, איז אויך געוואלדיג. אבער עס איז א סאך מאל שווער צו דערטאפן וועלכע געפילן מען רעדט דא.

@סטראקעס'ס ווערק, על אף וואס ער ווארפט אריין אינמיטן כל מיני הרגשים און הארץ אויסדרוקן, וואס קומט צוליב וואס ער לאזט זיין הארץ רעדן מער ווי זיין פענע. עכ"ז איז קלאר דא איין ספעציפישער געפיל וואס ער דעליווערט דיר דא. נעם לדוגמא טאקע די "לאכן לאכט דער לעצטער" וואס דו האסט אנגעכאפט. ער ברענגט קלאר איין ספעציפישער הרגש. איך האב עס דארט געשריבן:

מיאושדיגער האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:אויב מעג איך נעמען דעם רשות הדיבור...

צו וועם האלט איר רעדט @סטראקעס אין דעם פאעזיע?

קודם פרעג, 'ווער' עס רעדט דא. אין איין ווארט: דא רעדט דער פנימיות'דיגער בעל נפש צום חיצוניות'דיגן מוצלח וואס פארשטייט אים נישט.


כאטש וואס ער צורעדט זיך אין דעם ענין, פון כמה וכמה אנגלען. דאך קענסטו דא זייער קלאר זען וואס ער וויל דא.

דאס זעלבע איז מיט די "קאלירפולע כוואליעס" שטיקל. ס'איז טאקע קאלירפול, אבער דער געפיל איז דער זעלבער. דהיינו טאקע דאס וואס מיר רעדן יעצט: "נעם אוועק די צמצום המח און לאז די רויע געפילן דיקטירן".
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' דערמיט.

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: קאלירפולע כוואליעס...

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג מארטש 11, 2021 10:38 am

מיאושדיגער האט געשריבן:טינט. איך האב זייער ליב דיינע זאכן. דיין געפיל און דיין טאלאנט.

דאך, פאעזיע דארפן געבן א געפיל פון וואס דער שרייבער רעדט זיך דא ארויס. פארשטייט זיך אז א באטל פון געפילן אן קענען אנכאפן וואס דער געפיל איז דא, איז אויך געוואלדיג. אבער עס איז א סאך מאל שווער צו דערטאפן וועלכע געפילן מען רעדט דא.

@סטראקעס'ס ווערק, על אף וואס ער ווארפט אריין אינמיטן כל מיני הרגשים און הארץ אויסדרוקן, וואס קומט צוליב וואס ער לאזט זיין הארץ רעדן מער ווי זיין פענע. עכ"ז איז קלאר דא איין ספעציפישער געפיל וואס ער דעליווערט דיר דא. נעם לדוגמא טאקע די "לאכן לאכט דער לעצטער" וואס דו האסט אנגעכאפט. ער ברענגט קלאר איין ספעציפישער הרגש. איך האב עס דארט געשריבן:

מיאושדיגער האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:אויב מעג איך נעמען דעם רשות הדיבור...

צו וועם האלט איר רעדט @סטראקעס אין דעם פאעזיע?

קודם פרעג, 'ווער' עס רעדט דא. אין איין ווארט: דא רעדט דער פנימיות'דיגער בעל נפש צום חיצוניות'דיגן מוצלח וואס פארשטייט אים נישט.


כאטש וואס ער צורעדט זיך אין דעם ענין, פון כמה וכמה אנגלען. דאך קענסטו דא זייער קלאר זען וואס ער וויל דא.

דאס זעלבע איז מיט די "קאלירפולע כוואליעס" שטיקל. ס'איז טאקע קאלירפול, אבער דער געפיל איז דער זעלבער. דהיינו טאקע דאס וואס מיר רעדן יעצט: "נעם אוועק די צמצום המח און לאז די רויע געפילן דיקטירן".


ווען דו ביסט גערעכט, ביסטו גערעכט. ריכטיג.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט