מיינע פילינגס

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

תפילין איך טוה לייגן
און מיט מיינע מעשים פאר יעדן צייגן
אז מיין מוח פאר דיר איך טוה בייגן,

כאטש גארנישט איך פארשטיי
דאך אנטוהן איך טוה זיי
אן קיין פארשטאנד און די וועגן איך גיי,

נאר מיט די איינע בלויזע קלער
צום אייבישטען איך הער
טוהן זיין רצון מער און מער,

ווען די רצועות איך דריי
מיט דעם אויס איך שריי
און דיינע וועגן מיט שטאלץ איך גיי,
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

מיין נשמה עס ציט
מיין הארץ א וויל עס שפירט

איך וויל זיין אן ערליכער יוד
טוהן זיין רצון און נישט ווערן מיד

צו שוב יום אחד לפני
זיין גרייט אלץ געטריי

מיט וואספארא פנים זיך שטעלן
פארן מלך זיך צו געפעלן?

נאר ווילאנג די ליכט ברענט
איך וועל מיר נעמען און די הענט

צו ערפילן דיין באגער
צו טוהן דיין רצון אן אויפהער
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

מלא מתיקות!

ס'דערווארעמט דאס הארץ!

יישר כח.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

;l;p-
עומד מן הצד האט געשריבן:מלא מתיקות!

ס'דערווארעמט דאס הארץ!

יישר כח.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

מעשה אן מחשבה - מחשבה אן מעשה

"מעשה אן מחשבה"
צו אפילו א גלח'ס מחשבות די פארמאגסט
נישט קיין חילוק וואספארא מחשבות די טראגסט
איך טוה בלויז ווייל די אייבישטער האט געהייסן אלץ מען זאגט

"מחשבה אן מעשה"
נישט קיין חילוק די סיבה פארוואס
אז די קענסט נישט טוהן די פעולה סיי וואס
אבער טיף און הארצן ווייס און שטרעב אז איך וויל באמת יא דאס
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Welcome back!
אמת ווארט.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

פיין!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

ביי די שמחה איך שטיי
מיין זוהן ווערט דריי
אויסוועילן א יוד צו פריי

טוען מיר הויעך עקלערן
זיין קאפ אפשערן
נאר צו מצות צו הערן

די פאות די שיינע
די מחשבות דעי ריינע
די כח פון די קליינע

זאל אלץ זיין צו דער זייט
אפילו א שווערע צייט
ציען ווייטער די שיינע קייט

מיט די תמימות אזוי גראד
אלץ גיין אויפן די ראד
אלץ מיטן זעלבן מאד
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

צו זיין און דיינע קינדער'ס זכרונות מארגן
דארפסטו פארדעם שוין היינט זארגן
אויב נישט איז א גרויסער חורבן

זעץ אים שיין אויפן שויס
הער אים אלעס אלעס אויס
דיין טעלעפאון נעם נישט ארויס

און זיינע אויגן טוה אריין קוקן
צו זיין יונג מח זכרונות טוה שיקן
און זיין לעבן אלץ געדענקן די מינוטן
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

די קינץ און א שווערע מינוט
איז נישט צו קוקן אויף צירוק
נאר מיט א פאראויסדיגע בליק

זיך צוזאמקלויבן שטארק די מח
אפילו עס נעמט עקסטערע כח
דורך דעים וועסטו אנקומען הויעך

ספעציעל ווען די טראכסט
וואספארא זכרונות יעצט די מאכסט
און אפשר די צייט פאר די קינדער זיין פארהאסט
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

די ביסט א גיטע מענטש
הער נישט אויס די שווענץ
לאמיר ארויסגיין און א טענץ

די אמת ווייסטו גוט
סאיז נאר א שוואכע מינוט
קוק מיט א ניכטערע בליק

בעצם די אמת די ווייסט
נישט קיין חילוק וויאזוי די הייסט
די ביסט א גיטע מענטש
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

איך קוק מיר אזוי אום
איך דערקען נישט מיין ארום

איך שפיר איך גיי טרענקען
איך זיך א האנט מיר צו שענקען

זיך דערמאנען ווי איך גיי
אדער פון ווי איך קום איך טריי

א שלאקס רעגן עס גיסט
שטארקע ווינטן זיך שפירט

שפעט באנאכט פינסטער
מאכטלאז איך פאל אינטער

קוים מיין נאמען איך טוה דענקען
צירוק צו נעכטען איך טוה בענקען

כ"וויל עפעס זאגן איך קען נישט
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

ס'איז יעדעס מאל פריש פונדאסניי,
שקויעך.

איין שאלה, די ווארט "דענק" מיינט נישט געדענק.

ווען דו שרייבסט "קוים מיין נאמען איך טוה דענקען"

צו מיינסטו טאקע טראכטן? אזוי ווי "איך טראכט אריין אין מיין נאמען, איז עס טאקע וואס איך בין? - וואס אויב אזוי מוז "נאמען" נישט מיינען נאמען, נאר קען זיין, טראגע, נאטור, מצב רוח, און אזוי ווייטער? - אויב יא, איז עס דזשיניעס!

און אויב נישט, וועסטו וויסן פון היינט און ווייטער....
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

שכח שכח

געמיינט האב איך געדענקן
אבער א דזשיניעס בין סתם אזוי ;l;p-

מיין ציל איז צו ליפטערן מיינע פילינגס
איך בין נישט קיין גראמער בכלל

איך פראביר מיר צו האלטן פשוט
ריין הארץ ריין פילינגס ריין מחשבה וכדומה

שכח פאר דיין ריספאנד עס גוט מיר חיזוק אויף ווייטער
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

טינט האט געשריבן:ס'איז יעדעס מאל פריש פונדאסניי,
שקויעך.

איין שאלה, די ווארט "דענק" מיינט נישט געדענק.

ווען דו שרייבסט "קוים מיין נאמען איך טוה דענקען"

צו מיינסטו טאקע טראכטן? אזוי ווי "איך טראכט אריין אין מיין נאמען, איז עס טאקע וואס איך בין? - וואס אויב אזוי מוז "נאמען" נישט מיינען נאמען, נאר קען זיין, טראגע, נאטור, מצב רוח, און אזוי ווייטער? - אויב יא, איז עס דזשיניעס!

און אויב נישט, וועסטו וויסן פון היינט און ווייטער....



דא האסטו
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

פילינגס האט געשריבן:שכח שכח

געמיינט האב איך געדענקן
אבער א דזשיניעס בין סתם אזוי ;l;p-

מיין ציל איז צו ליפטערן מיינע פילינגס
איך בין נישט קיין גראמער בכלל

איך פראביר מיר צו האלטן פשוט
ריין הארץ ריין פילינגס ריין מחשבה וכדומה

שכח פאר דיין ריספאנד עס גוט מיר חיזוק אויף ווייטער


ריכטיג און הערליך!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

אוי נשמה דיין פעין איך שמעק
דיינע פראבלעימען אן א עק
פון די וועלט איך וויל אוועק

אויף די וועלט דא אזוי פארלוירן
פארוואס בין איך בכלל געבוירן
פאר מיר פארמאכט אלע טויערן

אבער די עכטע אמת וואס דריקט
איז נאר א שוואכע מינוט
ווייל מיט שווארצע ברילן געקוקט

ווייל טיף טיף איז דא א ריזן
פארוואס אויף דער וועלט מען האט מיר געטוהן פירן
און אזוי שלעכט אמאל איך טוה שפירן

לייוו איז נישט ווי א קוה
די זעלבע גראז יעדע צופרי
ניטאמאל שטיין אויף צוויי ער נעמט די מיה

נאר דארט טיף און די ערד
די בת קול מען הערט
שטארק מען ווערט

ווייל אז נישט מיט וואס בין איך בעסער
דער קוה איז דאך סך גרעסער
אבער באמת מיר קומען אן העכער

א שוואכע מינוט
איז צו סוקסעס א בריק
קוק מיט די בליק
סוועט זיין גוט

באהבה רבה❤
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

וווווואאאאאאאףףףףףףף!!!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

דעיס איז שוין נעקסט לעוול!
ווערסט בעסער פון מינוט צו מינוט! אנריעל!
קיפעראפ!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

יאפ א ;l;p-
(איך פארשטיי נישט צו גראמען אבער פון די לעצטע האב איך הנאה געהאט)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

רעים האט געשריבן:יאפ א ;l;p-
(איך פארשטיי נישט צו גראמען אבער פון די לעצטע האב איך הנאה געהאט)


איך בין בכלל נישט קיין גראמער

מיין נשמה פליסט איבער דא

און א פארם פון פון גראמען
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3390
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

זזה האט געשריבן:
פילינגס האט געשריבן:גערעגט פארדראסן מוטלאז בין איך
אלעס מיטן פיטום אראפ עס גייט מיך,

פארוואס דאס אלעס מוז מיר געשעהן
קלאפן אלעס וואלט סך בעסער געווען,

וואס קען גייט גראד קרום גייט אבער נאך ווי
שוין צופרי געווען קאלט מיין קאפי,

אבער איין מינוט ווער טוט דאס אלעס דרייען
דא איז דא איינער וואס פאר מיינע תפילות טוט זיך פרייען,

שמועס מיט מיר מיין קינד איך טוה דיר ווינקען
כאטש מיט דיינע אויגן פאר מיר טוה בלינקן,

שטארק שטארק

גא"מ.
יואלי פערל
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

נשמה'לע די ווייסט
אז ווי נאר די שטייסט

פון דיר איך טראכט
באטאג און באנאכט

אפילו ווען סאיז שווער
דאך פון דיר איך קלער

מ'קען נישט אנקומען אויבן דארט
אויב מ'איז נישט קודם אויפן נידעריגסטן ארט

ס'נישט שייך צו שטיין אויפן לייטער
אויב בעפאר אויפן טרעפ נישט גייט ער

ווען די וועסט קוקן אויף צירוק
וועסטו פארשטיין די בריק

מיט ליבשאפט
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

פילינגס האט געשריבן:נשמה'לע די ווייסט
אז ווי נאר די שטייסט

פון דיר איך טראכט
באטאג און באנאכט

אפילו ווען סאיז שווער
דאך פון דיר איך קלער

מ'קען נישט אנקומען אויבן דארט
אויב מ'איז נישט קודם אויפן נידעריגסטן ארט

ס'נישט שייך צו שטיין אויפן לייטער
אויב בעפאר אויפן טרעפ נישט גייט ער

ווען די וועסט קוקן אויף צירוק
וועסטו פארשטיין די בריק

מיט ליבשאפט

געוואלדיג!!!!!!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אזוי טיעף,
דער ריכטיגער באגריף,

א שמועס אינערלעך,
אזוי געפינעך,

צווישן די שורות,
געפונט די ידיעות,
פול מיט תמימות,
זינגסט ווי זמירות,

אויפ'ן גשר צר,
ביסטו מבאר,
קיינמאל אין געפאר,
טעיק עי רייד אין מיי קאר,

א הארץ פון שטיין,
טוט טרערן פון געוויין,
די פאעזיעס דיין,
קען דאס באגיין,

אייערע תגובות,
ביי מיר א חשיבות,
נישט חנופת,
נאר די מציאות,

באמת, דאס נקודה וואס איר האט ארויסגעברענגט איז געפלאכטן הארציג און פליסיג אין דיזע פאעזיע.

וואס איך בין ספעציעל ביי איינדרוקט איז אייער עטליכע סארטן פאעזיע. למשל דיזן פאעזיע איז היפש אנדערש ווי אייער 'טונקעלע' פאעזיע. פשוט באזונדערע סטיעלן. איך האב פון ביידע הנאה. יאשר כוח פאר שרייבן.

אגב, כאפ א בליק וואס איך האב געשריבן אין די דאזיגע תגובה
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”