מיינע פילינגס

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

אויף די ערד איך קלאג
אויף וואס מיר האבן פארמאגט

אפשר טאקע איך וויין
דיין צער באמת שווער צו פארשטיין

אבער דורך מיין חורבן
קען איך קלאגן אויף דיין זארגן
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

מיין נאנטסטע מיין הארץ
מיין אייגענע נפש

איך וויל שוין לאנג מיט דיר רעדן
מיין נשמה מיין גוף

אלץ אפשטופן פאר שפעטער
איך קען נישט מער שטופן

יעצט הער וואס איך קלער
מיין איינציגסטע באגער

זיי מיר מוחל איך בעט דיך איבער
איך האף אז די ביסט מיר מוחל

איך האב קיינמאל געמיינט
אדער בדווקא געטוהן

איך בין אומשילדוג שוואך
אבער בעצם גאר גוט

איך בעט דיר איבער
אויף אלעס וואס אריבער

מיין איינציגסטן טרייסט
אז איך מיך פארשטייסט

איך בין מיר אליין מוחל הער וואס איך זאג
איך פארשטיי מיך אליין
ווי זיס און שיין
איך בין אליין
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

שוין גארנישט אליין, אבער יא איין.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

Bissli האט געשריבן:
שוין גארנישט אליין, אבער יא איין.
ביסלי די האסט עס ;l;p-
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

אויפן פעלד א שפאציער
אליין מיט מיר

אויף פייכטע ערד
גארנישט עס שטערט

איך מיטן בריאה
כל תנועה ותנועה

עפעס א קשר
וואס פארשטייט א פעדער

אביסעלע זוכה
די בריאה קונה
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

מיט'ן טלית אן עטיפה
א מינוט גאר א טיפע

ווי א ער נעמט מיר אזוי ארום
ווערטער צו שרייבן ארים און שטים

א ווארימקייט עס באנעמט
נישט אוועקגיין מען קען

די הארץ ברייט אפען
אפילו טויערן וואס זענען געווענדליך פארשלאסן

איך בין נישט גרייט דיר צו אפלאזן
אזוי ארומגענומען בין איך אנטשלאסן

איך בין זיך מייחד
פארן קודשא ברוך הוא לייחד
אשר קידושנו במצותיו להתעטף

------

א נייער טאג גאר א שטילע
היינט איז א אנדערע סארט א אנדערע בחינה

די טלית ווי א שווערע הארטע ברעט
שווערליך אויף מיר אראפ עס וועגט

איך שטיי און קוק עס אריין טיף און די אויגן
וואס האסטו אויף מיר געטוהן פארלוירן

ער שטייט און קוקט שארף אויף צירוק
ווי עפעס וויל ער זאגן מיטן בליק

כשם שאני מתכסה בטלית דא
ביסטו זוכה א חלק און עולם הבא

ועל ידי מצות ציצית תנצל נפשי
טוה נאר די רצון פון קודשא ברוך הוא

אפילו קאלט הארט און נעבעך טריקן
און אפילו ווען די שענקסט מיר שווערע בליקן

איז כאילו קימתיה בכל פרטיה ודקדוקיה
גארנישט ממש גארנישט מער וזה הא
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

באשעפער איך וויל שוין פילן א טעם
אן קיין ניגון אן קיין גראם

פשוט לעבן מיט געשמאק
אן חשבונות, פינטעל
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

פיינעלי ביזטו צוריק!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

פילינגס האט געשריבן:
באשעפער איך וויל שוין פילן א טעם
אן קיין ניגון אן קיין גראם

פשוט לעבן מיט געשמאק
אן חשבונות, פינטעל
באשעפער ביי דיר פילינגס האט א טעם
דיין שענסטע ניגון דיין בעסטע גראם

פשוט די ענדזשויסט אים מיט געשמאק
אן חשבונות, פינטל.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

הער נישט אויף געבן
די ווייסט נישט ווי לאנג די גייסט לעבן
נאר דאס בלייבט דיין פארמעגן
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

הרגישים אפען
ענדליך זיך געטראפן

געפילן טיפע
געראדע אין שיפע
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

א גוטן

מיין נאמען איז הרחבת הדעת
איך בין געקומען צו דיר איינשטיין

דאס איז קלאר שווארץ אויף ווייס
אז דאס יאר וועסטו שוין נישט גיין אליין

ווי די גייסט וועל איך אלץ זיין
איבעראל וועסטו דאס שפירן

דאס אלעס האט די אייבישטער אליין
פארשריבן, ווען מען האט דיר געטוהן אריבער פירן

א גוט יום טוב
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

אויף יעדען'ס פנים דערקענט
די הערליכע סוכה ווענט

הדסים ערבות מען נעמט
מיט די לילוב און די הענט

די הארץ אצינדען
אלעס צוזאמען בינדן

איך שטיי אזוי פארטראכט
די אויגעלעך פארמאכט

מיט'ן אתרוג איינס איך ווער
עס איז נאר דא איך און ער

איך טוה שאקלען ארום
נענטער איך קום
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

שיין!
חינוך האט געזיגט!
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

אושפיזין האט געשריבן:
שיין!
שכוח
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

פילינגס האט געשריבן:
אויף יעדען'ס פנים דערקענט
די הערליכע סוכה ווענט

הדסים ערבות מען נעמט
מיט די לילוב און די הענט

די הארץ אצינדען
אלעס צוזאמען בינדן

איך שטיי אזוי פארטראכט
די אויגעלעך פארמאכט

מיט'ן אתרוג איינס איך ווער
עס איז נאר דא איך און ער

איך טוה שאקלען ארום
נענטער איך קום
;l;p- ;l;p-
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

Bissli האט געשריבן:
פילינגס האט געשריבן:
אויף יעדען'ס פנים דערקענט
די הערליכע סוכה ווענט

הדסים ערבות מען נעמט
מיט די לילוב און די הענט

די הארץ אצינדען
אלעס צוזאמען בינדן

איך שטיי אזוי פארטראכט
די אויגעלעך פארמאכט

מיט'ן אתרוג איינס איך ווער
עס איז נאר דא איך און ער

איך טוה שאקלען ארום
נענטער איך קום
;l;p- ;l;p-
שכוח ביסלי
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

אזאנע געגיעים
אבער פארוואס מאכסטו מיט מיר נעניעים

עס איז מיר סך גרינגער
ווען די ציפסט מיר נישט אינטער

און א גאנץ לעבן
נאר דיין רצון און שטרעבן

אבער ליידער צומאל
אויך און א טיפע טאל

ווי די טוסט מיר פריווען
צו איך וועל דיר איגנארירן
און ווי איך וועל מיינע טריט פירן

---

באמת איז די זאך
אז נאר ווען מען איז שווואך

איז דער גאנצער שפיעל
פאר דיר מיין ציל

ווייל ווען אלעס איז געשמירט
און אהבה מען שפיערט

שטרענגסטו דיר נישט איבער
עס איז דאך ליכטיג ווי אימער

סאוי כאפ דיר אן ווען ביסט נאך אויבן
מיט צוגעמאכטע אויגן

לאמיר פליען גלייך אינטען
מיין רצון וואס איך רוף קינצען
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

מען קען עס נישט צוברעכן
און אויך נישט אויסמעקן

אויך נישט עסן אדער טרינקען
אבער יא זעהן אן ווינקען

מען קען עס אויך נישט באטאפען
אבער יא טיף איינזאפען

אויך וויינען אמאל עס מאכט
עפענען טירן ווען פארמאכט

מען קען עס שפיערן און טינקעל
אבער נישט זעהן און קיין ווינקעל

- געגיעים - ליבשאפט - א יודישע הארץ -
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

לאז עס ווייטער פליסן! ווי ניד מאר!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

חברה

איך בין אויף א גיטע פלאץ
נישט ווייל איך בין שאץ מאץ

נאר פשוט ווייל ער
איז נישט מיין שטער

נאר מיין גאט
געגעבן אלץ האט

ווען די טוסט זיין ווילן
באקומסטו אנדערע ברילן

וואס זעהט נאר ריין
אלעס מיט א חן

זיסקייט רינט
אלעס שטימט
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

A beutfull day
נאר פרישקייט איך זעה

פרישקייט איבעראל
איך בין געלונגען ווי אלעמאל

ליבשאפט פאר יעדן
אויך אן בעטן געבן
❤️
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

צומישט איך שטיי
איך ווייס נישט ווי איך גיי

קלארע בירורים
אבער צוהאקטע דיבורים

הערליך אויסגעפלאסטערט
אבער און מאראסט ער פאטשקעט

די בלומען נישט מען הערט
נאר די דערנער זענען ווערט

שאנדע ווערט דיין טרייסט
אנטלויפן דיין קלאמפישע גייסט

די גרעסטע מאס חכמה צו האבן
אויף למעשה אלעס אפגעטראגן

אם כן מוז מען זאגן
אז עס איז נישט דער מוח וואס טוט שלאגן

א נערישע רוח שטות
מאכט תכלית פיסט

אזא שאד
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

ווער בין איך???
אלעמאל אים איך זיך

נישט די רעקל אדער שיינע שיך
נישט די קאר אידענטיפייט דעם זיך

אפשר די ביזנעס אדער די געלט
איז דער איך פארוועם יעדער געפעלט

אדער די אויסזעהן צו שיינע שפראך
מאכט דעם זיך זיין א זאך

די קשי' ווערט נאר גרעסער
ווען פאר יענעם די מאכסט זיך בעסער

אויב ביסטו דיין דיך
פארוואס נישט זיין דער זיך?

--

סאוי ווער בין איך???
איך בין פושט מיך.

מיין רעקל איז סחורה וואס באהאלט
ליבליכע געפילן און א הערליכע געשטאלט

מיין שיך איז נישט נאר צו שטיין
נאר צו א צווייטן יוד אנקעגן גיין

א מוח וואס קלערט און טראכט
וויאזוי יענעם גוט מען מאכט

א ווארימע הענט וואס גיבט און האלט
האלט אינטער ווען א צווייטער פאלט

אויך און ביזנעס אויך מיט געלט
א צווייטער יוד אלץ מען העלפט

סוקסעס איז מיין אידענטיעט
עס האט נישט מיט וואס יענער זעהט

ווער בין איך???
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: מיינע פילינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

ס'איז שווער א שטער
א לאך אזא וואך
ווייעך מאכט הייעך
פריעדן איז צופריעדן


זיי מוותר
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”