יעקב'ס רויזן

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

יעקב'ס רויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

.



יעקב'ס שיינע זיסע רויז,
טאנצט מיט פרייד,
ווען אנשטאט לייד,
צופרידן יעדע אידיש הויז,

דורך צוזאמען זעהן בלויז,
די הערליכע קלייד,
פון בלוי פורפל זייד,
מער נישט ווייטאג ברויז,

די האפענונג אלץ בלייבט,
די הילף אלעמאל,
שמחה אן א צאל,
אין די בריוון פארשרייבט,

די שלעכטס פארטרייבט,
שטארק ווי שטאל,
די פאלק ישראל,
אויך ווען פון וויין פארטייבט,

צו וויסן טאן די וועלט גאנץ,
זיך נישט שעמען,
וועלן הייליגע נעמען,
בלייבן אלץ וועט די גלאנץ,

די גאלדענע בלומען קראנץ,
פאר אלע וועמען,
פארלאזן אויף אים'ן,
אן קיין ענדע איז דער טאנץ,

פארשאלטן איז די שלעכט,
א מענטש וואס פיין,
איז די הנאה זיין,
פרובירט אנדרייען א געפעכט,

די פאלק איבער וועלט געדעכט,
פארלענדן ביזן ביין,
נישט בלייבן אפילו איין,
ביז גאט דרייט די גראגער רעכט,

געלויבט איז דער אייביגער איד,
אט דער נאמען טראגט,
מרדכי ווען ער זאגט,
זיך ביקן נאר צום הייליג ליד,

אין מיר די בלוט נאך זיד,
די יועצ'טע פלאגט,
אבער ווען מזל שלאגט,
צו העלפן אים זי שוין מיד,

ווואס וואלט ווען געווען אויב,
אפגעווישט אונזער ראסע,
אבער קינדערלעך בלאסע,
צו זייערע געבעטן נישט טויב,

לאמיר צוזאמען זינגען לויב,
פאר די קעניגן הדסה,
געלאזט טרערן נאסע,
אין הימל געבראכן די שויב,

די שלעכטס שנעל דערטרענק,
האק אפ ס'קאפ פון שלאנג,
ס'זאל נישט נעמען לאנג,
די גרויסע אויסלייז שוין שענק,

צו זיין פון די צדיקים איך בענק,
מיט א שיין געזאנג,
און לויב צו עמפאנג,
און חרבונה אויך גוט געדענק...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: יעקב'ס רויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

וואס דער קען אלץ!
אנריעל! אזוי קינצליך!
און ווער רעדט נאך די וועג וויאזוי די האסט געלעיערט די גראמען דאס מאל!
און די תוכן.. קען נישט זיין בעסער!
ווי וואנט מאר!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: יעקב'ס רויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

א גוט יאר.

לכבוד פורים קטן ברענג איך נאכאמאל ארויף דאס שטיקעלע,

ווייל, דאס ערשטע מאל האט עס קיינער נישט אנגעקוקט, און מיין עגא האט צוביסלעך אנגעהויבן שרינקען,
אפשר האט קיינער נישט פארשטאנען אז ס'איז שושנת יעקב אויף אידיש?
נישט זיכער.
די פוינט איז, אז איך דארף וויכטיג א קאמפלימענט אויף די מינוט,
פרובירן מאכט שאדט קיינמאל נישט.
#דאפלט איז שטערקער...
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: יעקב'ס רויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער שיין! שושנת יעקב. באמת הערליך!

ברויכסט ווען האבן עפעס א מטה לוי וואס זאל שרייבן א שטיקל פירוש אויף אפאר ווערטער. למשל בלומען קראנץ.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: יעקב'ס רויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

יעצט אריינבליקנדיג כאפ איך זעך אז אזא סטיל האט נאר געשריבן איינער, דאס איז רבי יום טוב ערליך.

כגיי נישט רעדן פון די קונסטליכע טרענסלעישאן, אויך נישט פון די מייסטערהאפטיגע גראמען. כוועל זאגן איין ווארט.

האסט ארויסגענומען די נשמה פון שושנת יעקב, פון א זיסע פאעמע געמאכט א געשיכטע פון טרויער און פרייד. איבערהויפט האפענונג.

#נאסטאלגיע
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: יעקב'ס רויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

דאס איז א מייסטער ארבעט!!

אזוי קינצלעך און קריעטיוו!!!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: יעקב'ס רויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

טינט האט געשריבן:א גוט יאר.

לכבוד פורים קטן ברענג איך נאכאמאל ארויף דאס שטיקעלע,

ווייל, דאס ערשטע מאל האט עס קיינער נישט אנגעקוקט, און מיין עגא האט צוביסלעך אנגעהויבן שרינקען,
אפשר האט קיינער נישט פארשטאנען אז ס'איז שושנת יעקב אויף אידיש?
נישט זיכער.
די פוינט איז, אז איך דארף וויכטיג א קאמפלימענט אויף די מינוט,
פרובירן מאכט שאדט קיינמאל נישט.
#דאפלט איז שטערקער...

דו דארפסט שרייבן, ווייל דאס איז דיין פאך! דיין שטאלץ! און אפילו קיינער פארשטייט נישט זאלסטו עס טון פאר דיר אליין! דו ביזט גוט ווייל '’דו’’ ביזט, נישט ווייל איינער וואס קען דיר ניטאמאל האט ליב עפעס וואס דו האסט געשריבן.

און אז מ’רעדט שוין, האב איך זייער הנאה פון דיר און דיינע פאעזיעס, און איך קען קוים ווארטן זאלסט צוריק עפענען דיין אפענע פעדער און צוגיסן הערצער.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: יעקב'ס רויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

ישר כח אייך מיינע ליבע פריינט!
איר האט דערפרייט מיין הערצעלע!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: יעקב'ס רויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

הופא.............דערפרייט דעם קעניג......

אפשר לאזסטו איבער עפעס פרישע השפעות?
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: יעקב'ס רויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

טינט האט געשריבן:א גוט יאר.

לכבוד פורים קטן ברענג איך נאכאמאל ארויף דאס שטיקעלע,

ווייל, דאס ערשטע מאל האט עס קיינער נישט אנגעקוקט, און מיין עגא האט צוביסלעך אנגעהויבן שרינקען,
אפשר האט קיינער נישט פארשטאנען אז ס'איז שושנת יעקב אויף אידיש?
נישט זיכער.
די פוינט איז, אז איך דארף וויכטיג א קאמפלימענט אויף די מינוט,
פרובירן מאכט שאדט קיינמאל נישט.
#דאפלט איז שטערקער...

נאכאמזל האסט עס ארויפגעברענגט, עס איז שרעקליך טאלאנטפול!

א הערליכע רויז, קיין דערנער. די גראמען אויסלייג און די מהלך פון שורה צו שורה איז קונצליך און פארכאפנד.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: יעקב'ס רויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

Bissli האט געשריבן:
טינט האט געשריבן:א גוט יאר.

לכבוד פורים קטן ברענג איך נאכאמאל ארויף דאס שטיקעלע,

ווייל, דאס ערשטע מאל האט עס קיינער נישט אנגעקוקט, און מיין עגא האט צוביסלעך אנגעהויבן שרינקען,
אפשר האט קיינער נישט פארשטאנען אז ס'איז שושנת יעקב אויף אידיש?
נישט זיכער.
די פוינט איז, אז איך דארף וויכטיג א קאמפלימענט אויף די מינוט,
פרובירן מאכט שאדט קיינמאל נישט.
#דאפלט איז שטערקער...

און אז מ’רעדט שוין, האב איך זייער הנאה פון דיר און דיינע פאעזיעס, און איך קען קוים ווארטן זאלסט צוריק עפענען דיין אפענע פעדער און צוגיסן הערצער.

איך אויך. און איך ווארט דעם טאג וואס דער קעניג וועט צוריקקומען זיך לאזן הערן מיט זיין הערליכע פעדער...

יעקב'ס רויזן? הערליך. שיין און סאליד, ווי נאר טינט קען..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: יעקב'ס רויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

הקריאה מעורר ת'זמן
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
פה מפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: יעקב'ס רויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

א מאסיווע ארבעט!
שכח פארן ארויפברענגען, א שטיק טאלאנט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”