יעקב'ס רויזן

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

טינט
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

יעקב'ס רויזן

תגובהדורך טינט » דינסטאג פאברואר 23, 2021 11:52 am

.



יעקב'ס שיינע זיסע רויז,
טאנצט מיט פרייד,
ווען אנשטאט לייד,
צופרידן יעדע אידיש הויז,

דורך צוזאמען זעהן בלויז,
די הערליכע קלייד,
פון בלוי פורפל זייד,
מער נישט ווייטאג ברויז,

די האפענונג אלץ בלייבט,
די הילף אלעמאל,
שמחה אן א צאל,
אין די בריוון פארשרייבט,

די שלעכטס פארטרייבט,
שטארק ווי שטאל,
די פאלק ישראל,
אויך ווען פון וויין פארטייבט,

צו וויסן טאן די וועלט גאנץ,
זיך נישט שעמען,
וועלן הייליגע נעמען,
בלייבן אלץ וועט די גלאנץ,

די גאלדענע בלומען קראנץ,
פאר אלע וועמען,
פארלאזן אויף אים'ן,
אן קיין ענדע איז דער טאנץ,

פארשאלטן איז די שלעכט,
א מענטש וואס פיין,
איז די הנאה זיין,
פרובירט אנדרייען א געפעכט,

די פאלק איבער וועלט געדעכט,
פארלענדן ביזן ביין,
נישט בלייבן אפילו איין,
ביז גאט דרייט די גראגער רעכט,

געלויבט איז דער אייביגער איד,
אט דער נאמען טראגט,
מרדכי ווען ער זאגט,
זיך ביקן נאר צום הייליג ליד,

אין מיר די בלוט נאך זיד,
די יועצ'טע פלאגט,
אבער ווען מזל שלאגט,
צו העלפן אים זי שוין מיד,

ווואס וואלט ווען געווען אויב,
אפגעווישט אונזער ראסע,
אבער קינדערלעך בלאסע,
צו זייערע געבעטן נישט טויב,

לאמיר צוזאמען זינגען לויב,
פאר די קעניגן הדסה,
געלאזט טרערן נאסע,
אין הימל געבראכן די שויב,

די שלעכטס שנעל דערטרענק,
האק אפ ס'קאפ פון שלאנג,
ס'זאל נישט נעמען לאנג,
די גרויסע אויסלייז שוין שענק,

צו זיין פון די צדיקים איך בענק,
מיט א שיין געזאנג,
און לויב צו עמפאנג,
און חרבונה אויך גוט געדענק...
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: יעקב'ס רויזן

תגובהדורך Bissli » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:51 pm

וואס דער קען אלץ!
אנריעל! אזוי קינצליך!
און ווער רעדט נאך די וועג וויאזוי די האסט געלעיערט די גראמען דאס מאל!
און די תוכן.. קען נישט זיין בעסער!
ווי וואנט מאר!
מיין חתימה אין די טעג ווערט געספאנסערט מיטצופילן מיט די ראוז פיבער ליידענדע.
viewtopic.php?f=71&t=46997

צו ספאנסערן מיין חתימה שיק מיר א אישי.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט