בלאט 1 פון 1

אור חוזר...

געשריבן: מיטוואך פעברואר 17, 2021 11:57 am
דורך סטראקעס
געזוכט אין דיין שווארץ אפפל
דעם פינק ווי א שליסל צו מיין טיר
גענישטערט און דיין הארץ קלאפל
א ווינק בלויז אביסל פארשטייט מיין שפיר

מיין אייגענער בילד אנטדעקט
פילפארביג קאלירט
דאפעלטע שילד ערוועקט
אין שפיגל פארמירט
א שאטן אפפעקט...

קאלירן -רעפלעקטירן
א בלויזער - אור חוזר
צירוק ווארפט
קלאנגען -קיין געזאנגען
פאוואליע-א כוואליע
די אויער שארפט

פינקלט אין ים די נעכט
א שיין פון א שיין
קיין קעניג א בלויזער קנעכט
דאך שענער איז זיין
שאטן אפפעקט...

וואלן -רעטונג שטראלן
אנכאפן ארויפדראפן
איך שפעקוליר
ריאליטעט- בייז ציטרעט
חלומות בריק -פארבינדן די שטריק
גאר צי מיר

מיין בליץ א שטראל
חושך צישטויס
דיין קריץ א בייל
סך-הכל בלויז
א שאטן אפפעקט....

ליקו''מ תורה ע''ו - קפ''ד

Re: אור חוזר...

געשריבן: מיטוואך פעברואר 17, 2021 12:22 pm
דורך Bissli
קודם שכח פארן צוריק קומען, כאשוין געמיינט אז אזוי ווי עס האט געדויערט פינעף יאר פון דיין איינשרייבן ביז מיר האבן זוכה געוועהן צו דיין ערשטע פאעזיע, וועלמיר דארפן ווארטן נאכאמאל, שכח פאר נישט לאזן ווארטן!

גיימער עס באלד אפלערנען. (סיי די ליקו"מ און סיי דיין שטיקל)

Re: אור חוזר...

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 2:29 pm
דורך טינט
דו ביסט געוואלדיג גוט מיין חבר, פארפאלן, רעבישע קינדער קענען...
קיפ עם קאמינג!

Re: אור חוזר...

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 3:30 pm
דורך נא_שכל
הערליך שיין, זייער גוט אפגעלערנט, און הערליך אפשגעשריבן, ס'גייט אריין גרינגער אין הארץ.

טינט האט געשריבן:דו ביסט געוואלדיג גוט מיין חבר, פארפאלן, רעבישע קינדער קענען...
קיפ עם קאמינג!


פארפאלן, זעט אויס אז דיין תגובה איז א 'אור חוזר', מסתמא ביסטו אויך א רעביש קינד, לפי דיינע פאעזיעס.